הרבנית אלטא פייגא ט"ב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרבנית אלטא פייגא ט"ב

הודעהדורך אוהב דעת » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:32 am

רעב. אלטע פייגע, וואס איז דארט געווען ,ווער האט איר געשטויסען ? איז זי געווען מעוברת?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:42 am

שלום עליכם ר' אוהב - איך מיין אז דו מישסט דא צאם א קיגל. אבער אז די ווילסט רעדן פון היסטערי פארוואס לויפסטו גלייך צו די קאנטרעווערשעל זאכן. אז מ'רעדט פון א מענטש דארף מען ארומרעדען ווער ער/זי איז געוועהן, די גאנצע בייאגראפי, און אז די ווילסט אויך ארומרעדען פון מיסעריעזע חלקים פון די לעבן, אדרבא. אבער לויף נישט גלייך אהין
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך הניק שלי » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:45 am

ווער איז אלטע פייגע ט"ב?
הניק שלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:34 pm
געפינט זיך: אין היימישע קרעטשמע
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך אוהב דעת » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:47 am

איך מיין אז קיינער קומט נישט דא צו לערנען סתם היסטערי......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג אפריל 02, 2012 12:33 pm

רעבעצין אלטע פיגא ט"ב האט קיינער נישט געשטויסן, זי איז נישט געווען מעוברת

די מעשה פון וואס דו רעדסט איז געווען מיט הרבנית חי' רויזא ע"ה בת רבינו יואל ז"ל, נישט געשטויסן, מען האט איר אראפגעווארפן די טרעפ, פארוואס?

אה, יעצט עפנסט א קען מיט ווערעם

איך לאז עס פאר אנדערע
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג אפריל 02, 2012 12:35 pm

ווילסט דוקא וויסן? ניין זי איז נישט געווען מעוברת ביי די 40 און יא די רבנית א"פ האט איר נישט געוואלט ביי זיך אין שטוב, זי איז געווען גאנץ קלוג צו פארשטיין א טאכטער פונעם ערשטן וועט איר ווינציק מכבד זיין.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:44 pm

וואס דארף מען דא שרייבען אין דעם אשכול?

נעגעטיוו, פאזאטיוו אדער סתם דעם אמת...?

גראדע האב איך אין באזיץ, א ווידיא ווי זי שטייט אין פארפירט פאר א גרופע מענער און פרויען אויף דער גאס, דאס איז געוועהן איידער איר פארען מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע קיין ארץ ישראל, ביי די שוין באקאנטע קליפס פונעם רבי האט מען דעם שטיקל ארויס געשניטען.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך אוהב דעת » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:56 pm

לייג ארויף
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך אברעמעל » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:57 pm

דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך דולה ומשקה » פרייטאג אפריל 27, 2012 7:03 pm

אברעמעל האט געשריבן:דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.


ווי דערמאנט טאקע אז איך ברויך דאס איבערבייטען צום היינטיגע טעכנילאגיע,
דערנאך פאלט מיר יעצט אן, ארויף צו שרייבען דערויף "ספעציעל פון קאווע שטיבעל" (מיטן לוגו אין וועב זייטל), אזוי אז די וואס קוקען די קליפס, בהכרח זאלען זיי דאס זעהן...
גאנץ א גוטע געדאנק.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך יידל » מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:58 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:דולה ווי ס'איז אויך משמע פון א צווייטע אשכול האסטו עפעס ווערדפולע סחורה אין דיינע ארכיוון, וועןעפענסטו אויף דיינע אוצרות?
אפשר הייבסטו אן צוביסלעך.


ווי דערמאנט טאקע אז איך ברויך דאס איבערבייטען צום היינטיגע טעכנילאגיע,
דערנאך פאלט מיר יעצט אן, ארויף צו שרייבען דערויף "ספעציעל פון קאווע שטיבעל" (מיטן לוגו אין וועב זייטל), אזוי אז די וואס קוקען די קליפס, בהכרח זאלען זיי דאס זעהן...
גאנץ א גוטע געדאנק.

נו, דולה, פתח לנו שער צו דיינע ארכיוון...
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4332 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 5:30 pm

איך ווייס נישט וואס עס גייט געמעקט ווערן דא און וואס נישט

אבער זי איז יא געווען מעוברת, און מ'האט איר אראפגעווארפן די טרעפ.
אויב זי איז אוועק פון דעם?
אויפו פלאץ זיכער נישט, אבער עס מאכט שטארק סענס אז דאס איז געווען א גורם.

אויב מ'קען דן זיין די רעבעתן וועגן דעם מן הסתם נישט, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 6:05 pm

זי איז געווען מעוברת ביי די 49, עיו"כ תשי"ד האט זריל גליק איר אראפ געשטיפט בשליחות אלטא פייגא, כדי זי זאל נישט קענען אריינגיין צום טאטן ערב יוה"ק, י"ד חשון איז זי ליידער אוועק,


עס איז לאנגע היסטאריע וואסערע רשעות אלטא פייגא און אירע מענטשן האבן געטוהן פאר רויזא'לע און פארן הייליגן ברך משה,
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:45 pm

העלא האט געשריבן:זי איז געווען מעוברת ביי די 49, עיו"כ תשי"ד האט זריל גליק איר אראפ געשטיפט בשליחות אלטא פייגא, כדי זי זאל נישט קענען אריינגיין צום טאטן ערב יוה"ק, י"ד חשון איז זי ליידער אוועק,


עס איז לאנגע היסטאריע וואסערע רשעות אלטא פייגא און אירע מענטשן האבן געטוהן פאר רויזא'לע און פארן הייליגן ברך משה,


ס'קאסט נישט קיין געלט צו רעדן הבלים. כ'האב געפרעגט עטליכע מיטליעריקע פון אינווייניק יענע טעג קיינער ווייסט נישט צו זאגן זי איז געווען מעוברת. זריל גליק איז נאך דעמאלץ נישט געווען א שטוב מענטש בכלל. אברמעלע וו'ב (שפעטער גרויסער ברך משה חסיד) האט איר געגעבן א שטופ זי איז אוועק פון הארץ פראבלעם ווי איר מאמע און שוועסטער. רבנית א"פ האט זיך מיט איר נישט פארטראגן וואס ווייסטו וואס סאיז פארגעגאנגען? נאך אינדערהיים האט רויזא נישט געוואלט אנערקענען די פוילישע מיידל אלס רעבעצין נאר עפעס א שלאק קעכערין. ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באריסטא אום מאנטאג אפריל 30, 2012 4:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע שרייבן מיט דרך ארץ.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:56 pm

בן תמליון האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.

וואס מיינט פי"א?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: אלטע פייגע ט"ב

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:59 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:ר׳ יואליש האט געהאלטן מיט איר פי"א.

וואס מיינט פי"א?[/quote

אין אנגליש שרייבט זיך FYI דארף איך עפעס אן עקוויאלאנט אין אידיש.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:11 am

דער צו נאמען "דרבינו יואל" צום ארגינעלע נאמען "ישיבה ומתיבתא תורה ויראה", אין אזוי אויך די נאמען צום תלמוד תורה 'ויואל משה' אויף בעדפארד עוו. דאס קומט על פי בקשתו פון די רביצין ע"ה, וואס זי האט געבעטען אז מ'זאל קובע זיין די נעמען פון די סאטמארע מוסדות. מרן הברך משה האט דאס דערמאנט ביי זיין פתיחה דרשה ה' פ' בראשית תש"ם אין די מתיבתא אויף סענדז סט.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:27 am

דער וואודרידזשער רב, הגר״י לעבאוויטש, שרייבט אין דער הקדמה פון ״אבני אור״ איבער דעם ענין פון השתלשלות הראביסטעווע אין סאטמאר. ער שרייבט אז פאר׳ן סאטמאר רב איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בויען אן אימפעריע פון מוסדות וועלכע וועלן זיך געפינען אונטער דער שירעם ארגאניזאציע סאטמאר. קומענדיג קיין אמעריקע האט ער געגרינדעט א קהילה ״קהל ייטב לב״, א חדר ״תורה ויראה״, א מיידל-שולע ״בית רחל״, וכו׳ - אלעס מיט אנדערע נעמען. דער נאמען ״סאטמאר״ איז בכלל נישט אפיציעל דערמאנט געווארן אין די ערשטע יארן.
אויף די באסעס פון ישיבה ״תורה ויראה״ פלעגט נישט שטיין קיין ווארט סאטמאר. היינט שטייט שוין יא, נאר איר וועט באמערקן אז עס שטייט נישט ״דסאטמאר״ מיט א דלת, נאר ״מסאטמאר״, ווייל דאס ווארט גייט נישט ארויף אויף דער ישיבה תורה ויראה, נאר אויף ״רבינו יואל מסאטמאר״.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3743 מאל

הרבנית אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה

הודעהדורך boxcover » דינסטאג יוני 18, 2013 1:21 pm

איך האב געזעהן די שיינע אשכול פונעם סאטמארער רבי זצ"ל, און כ'מיין אז די רעבעצין זיינע קומט זיך אויך א שטיקל אטענשאן... דער פראבלעם איז נאר אז איך בין נישט עפעס א שרייבער, אבער במקום שאין שרייבער...

הרבנית אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה איז געבוירן ל' ניסן תרע"ב לפ"ק, אין דער שטאט טשענסטעכאוו, פוילן, צו איר פאטער הר"ר אביגדור שפירא, רב אין טשענסטכאוו, פון דער קאזשניצער גזע. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. זי איז אוועק י"א סיון תשס"א (בגיל 89) נאך אסאך קראנקע און שוואכע יאהרן אין די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, און געהאט א ריזיגע לוויה וואס איז ארויס פון די סאטמארע שוהל אויף ראדני סטריט. זי ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.

נאך וואס סאטמארער רבי האט פארלוירן זיין ערשטע ווייב הרבנית חוה (הורוביץ) ע"ה, האט ער מיט איר חתונה געהאט אין יאהר תרצ"ג, אין טשעבין. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר. זיין טאכטער רויזא'לע (חיה רויזא, מזוו"ר) איז געווען נישט מער ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.

זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיגקייטן, און געווען פארמישט אין אלעם אין סאטמאר. זי האט געהאט א שטארקע כאראקטער.
הערץ פרנקל האט געשריבן:עס אין היפש אומגעווענליך איך א חסידישע הויף, אז א פרוי זאל שפילען אזא פראמינירענדע ראלע

שמואל הילמאן (מחבר ספר Defenders of the Faith: Inside Ultra-Orthodox Jewry) האט געשריבן:She was the closest thing there has been to a female Hasidic rabbi


די רעבעצין פלעגט בחייה שאפן גאר גרויסע סומעס פאר צדקה, זי האט אויפגעשטעלט א הכנסת כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאר שווערע צענדליגער טויזנטער פאר הכנסת כלה. (כ'האב אמאל געהערט אז עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איר הכנסת כלה פאנד).

זי פלעגט טיילן פאר יעדן ארץ ישראל איד וואס איז געקומען פאר הכנסת כלה עטליכע הונדערט דאלער, און צומאל עטליכע טויזנט דאלער. איר צדקה וחסד איז א וואונדער און א חידוש, אפילו אין די לעצטע יארן אירע פלעגט זי יעדן ערב שבועות ארום פארן און פארטיילן טויזנטער טויזנטער דאלארן פאר נויטבאדערפטיגע.

זי האט אויך אנגעפירט די לעידיס אקזילערי פון סאטמאר און געהאלפן אריינברענגן צענליגער טויזנטער דאלארן פאר די מוסדות סאטמאר, אסאך בנינים פון סאטמאר האט זי אויפגעשטעלט. אין קרית יואל איז דא א בנין וואס זי האט זעלבסט אויפגעשטעלט אהנע הילף פון קיינעם, היינט לערנט דארט די נוירסערי קינדער, און איז אויך א שמחה זאהל. זי האט געבויעט און געפירט די וועלטס-באוואוסטע ילד שעשועים קימפעט-היים, וואס האט שפעטער אפגעברעט. איר היים איז געווארן א שוהל (בית אלטא פיגא) לאחר פטירת רבינו זי"ע, אבער איז געווארען פאליטיש און איז לעצטענס (בערך צוויי-דריי יאהר צוריק) געווארן פארשפארט.

גאר-באוואוסט איבער די גאנצע כדור העולם איז איר ביקור חולים (די סאטמערע פרויען ביקור חולים) וואס זי האט אויפגעשטעלט אין תשי"ב אין מרס כהנא'ס קיך. די סאטמערע פרויען ביקור חולים (נישט צו פארטוישן מיט די מענער ביקור חולים - וואס האט קיין סאך מיט סאטמאר איינגעשטויסן) פארדינט באמת אן אשכול פאר זיך. פון אנפאנג, פלעגען די וואלונטירן זיך שלעפן מיט די באן, געברענגט עסן, געפיטערט די פאציענטן און פארברענגט צוזאמען. אין יענער צייט האבען שפיטעלער נישט געהאט קיין כשר עסן בכלל, ווער רעדט נאך פון א כשר'ע קאפעטיריע (ביקור חולים\חסד צימער). שפעטער האבען זיי אויך אויסגעברייטערט די אפעראציע צו ברענגען עסן פאר משפחות פון די חולים. פון די בראשית יאהרן, האט די סאטמערע ביקור חולים געטראגען א באזונדערע פנים. סאטמארע איז טאקע געווען באוואוסט אלץ ברייטע הערצער און גומלי חסד, אבער אויך אלץ שטארקע קנאים. אנדערש אבער מיט די ביקור חולים. זיי האבען סערווירט מיט א אויסערגעווענליכע געטריישאפט סיי וועם, אפגעזעהן פון וועלכער קאליבער יוד. אפילו האלב-פרייע (און אפשר גאנץ-פרייע) יודען ווייסען צו פארציילן די חסדים פון די סאטמערע ביקור חולים.

איר הויז איז אלץ געווען אפען פאר יעדן, מען האט דארט געקענט אייביג געקענט אריין איבערבייסן אויף גוטע קוכן און הייסע געטראנקען. לאחר פטירת רבינו, פלעגן געוויסע קומען צו איר - אפילו פון די מרחקים - פאר א ברכה.

קרעדיט: נוי יארק טיימס, וויקיפידיע אין היברו און אין אידיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך boxcover אום דינסטאג יוני 18, 2013 1:37 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 1:26 pm

לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך boxcover » דינסטאג יוני 18, 2013 1:27 pm

לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך boxcover » דינסטאג יוני 18, 2013 1:32 pm

boxcover האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?

On 2nd thought, אפשר זאל מען די אנדערע אשכול אריינלייגן אין צימעס?
כ'האב ספעציעל אויסגעלאזט א יעדע נושא אדער פרט וואס בארירט שטארק פאליטיק (זעה רויזא'לע, טשענסטעכאוו, ילד שעשועים, בית אלטא פיגא אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג אריינגערעכענט די מחלוקות און די פארמאכען).
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך ידען » דינסטאג יוני 18, 2013 1:42 pm

boxcover האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=312

אאפס. קען מען צוזאמשטעלן?

צאמגעשטעלט.
ישר כח פאר לעמיל פאר מעלדען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

הודעהדורך boxcover » דינסטאג יוני 18, 2013 1:44 pm

ידען האט געשריבן:צאמגעשטעלט.
ישר כח פאר לעמיל פאר מעלדען.

שכוח ידען
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 1:48 pm

איך מיין באקסקאווער האט א נקודה.
די ערשטע איז א עקלדיגע אשכול,
די צווייטע איז שיין איבער אירע מעשים טובים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט