אריה דרעי - האיש והפוליטיקה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

אריה דרעי - האיש והפוליטיקה

שליחה דורך מיין מיינונג »

אריה מכלוף דרעי איז ווארשיינליך דער פאפולערסטער חרדישער פאליטיקאנט אין ארץ ישראל און היבש איבער די וועלט. דרעי דינט היינט אלס חבר הנהגת ש"ס אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס אלי' ישי און אריאל אטיאס, און האט מיט 20 יאר צוריק מייסד געווען, אינאיינעם מיט הרב עובדי יוסף, די "ש"ס" פארטיי צום כנסת (צו די לאקאלע מאניציפאליטעטן איז שוין ש"ס געלאפן עטליכע יאר פאר דרעי'ס אנקום צו די פארטיי). דרעי האט ארויפגערוקט די ש"ס פארטיי צו גאר הויעכע שטאפלען, ביז איין טאג האבן זיך די פראסעקיוטערס פון מדינת ישראל זיך אויף אים ארויפגעזעצט, און אנגעהויבן א לאנגן משפט וואס האט זיך פארצויגן אויף באלד צען יאר.

דער קלימאקס פון זיין הצלחה איז געווען ביי זיינע לעצטע בחירות זייענדיג אין אמט (צום ערשטן מאל), ווען ער האט אריינגעברענגט אזויפיל ווי 18 מאנדאטן צום כנסת, נאך א שווערע "אני מאשים" קאמפיין ווי ער האט באשולדיגט די ישראל'ישע געריכטן מיטן פירן א מלחמה קעגן אים בלויז ווייל ער איז א ספרדי, און ספרדים זענען פארפיינטעט אין לאנד. נאך יענע בחירות איז ער געגאנגן זיצן אין תפיסה אויף 3 יאר. ארויסקומענדיג פון תפיסה האט ער געכאפט א שאק ווען די ש"ס פארטיי האט אים גענצליך איגנארירט און אים נישט צוריק איבערגעגעבן די פירערשאפט פון די פארטיי, ווי מ'האט אים געהאט פארשפראכן פאר ער איז געגאנגן זיצן. פון דעמאלס ביז א האלב יאר צוריק איז דרעי אפיציעל אראפ פון די פאליטישע ארענע, אבער דער לייב איז נישט געשלאפן, יעדע חודש צוויי האט ער זיך געלאזט הערן, און ער איז בלי ספק א מידיא מאגנעט, די מידיא קלעבט צו יעדעס ווארט וואס ער זאגט, און באקומט א געוואלד פובליסטי ווען אימער ער דארף עס.

א האלב יאר צוריק, ווען מ'האט דערקלערט בחירות אין מדינת ישראל, האט הרב עובדי' געטון א שטארק אומפאראויסגעזענע אקט -- טראץ דעם שטארקן צוטרוי וואס דער נייער ש"ס פירער אלי ישי האט ביי אים באקומען, און טראץ די פילצאליגע הבטחות פון רב עובדי' אז אלי ישי הוא ולא אחד ישב על הכסא -- און צוריקגערופן אריה דרעי צו זיין א חלק פון די הנהגת ש"ס.

דער אשכול איז געעפענט געווארן צו ברייט אויסשמועסט אלעס ארום דעם מענטש, אנגעהויבן פון די זעלטענע היסטאריע וואס דער מענטש פארמאגט אונטער זיך; די כסדר'דיגע העדליינס וואס ער שאפט זיך; זיינע יארן אלס "מנהל המדינה", ווי מ'פלעגט אים רופן; דער משפט דרעי עפאכע, און דער נאכפאלגענדער "הוא זכאי" קאמפיין. אני הקטן איז א מורא'דיגער אנהענגער פון דרעי, און זיך שוין אפילו געטראפן מיט אים פערזענליך. דער מענטש איז כאריזמאטיש, קלוג, און איבער אלעם א געפעפערטער פאליטיקאנט.

דער נאמען אריה דרעי האט מיט 20 יאר צוריק געשאקעלט די מדינה, און ער פלאנט יעצט מיט זיין צוריקקום צו טון דאס זעלביגע, אבער דערווייל זעט אויס אז ס'איז נשתנו העיתים לגמרי.

צו פארשטיין אביסל פון וואסא סארט מענטש מ'רעדט דא, איז כדי צו צוצייכענען דעם פאקט אז זייענדיג בלויז אין די הויעכע פערציגער יארן, איז שוין דא אויף אים 5 ביכלעך וואס באשרייבן איבער און וועגן אים.

אויב דער עולם איז אינטערעסירט אין דעם טעמע, וועל איך אי"ה ממשיך זיין דעם ארטיקל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר