בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2311 מאל

בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

רבי בנימין איז גאר אייגנארטיג, ער איז דער משפיע פאר המון עם אידן. נישט קיין מבקשים, נישט קיין עובדים, זיין קהלה באשטייט אויסשליסליך פון פשוט'ע ארבעטס יונגעלייט.

און דאך איז ער משפיע בחסד עליון מיט'ן גאנצן קנאק! ער לערנט פאר טיפע ספרים, זאגט שמועסן עפ"י ספרי מחשבה וחסידות, א שיעור אין נ"ך ומפרשיה בעמקות, און בעיקר, גפ"ת בעיון אז פשוט'ע יונגעלייט זאל באקומען א טעם אין תורה.

רבי בנימין איז באמת אסאך מער ווי א משפיע. אבער קודם א בליק אויפ'ן שפיץ גאפל איבער זיין פערזענליכקייט.

רבי בנימין אלימלך אייזנבערגער איז אן אשכנזי'שער יונגערמאן פון בארא פארק. א איד א בן תורה מתלמידי הישיבות, און א תלמיד פון הרב קאפלמאן.

זיין פאטער איז א פשוט'ער מענטש וואס וואוינט אויף 56סט.

עפ"י מנהגי אשכנז דאווענט ער אן א גארטל מיט די צוויי הענט אויף די לענדן כמבואר בשו"ע, ער גייט אן איינגעבויגן היטל הנקרא בענדדאון, אינדערוואכן און בשבת. ביז לעצטנס איז ער אפילו געגאנגען א קורצער רעקל, עד שבא רבי מאטל. ער האט אים געבעטן (כ'מיין אמאל ברבים ביי א הכנסת ספר תורה) אז ער זאל זיך אנטון א לאנגער רעקל, וכך הוה.

א דיסקלעימער: קיינמאל גערעדט צו אים פערזענליך, בלויז א שוואגער פון די חברה דארט. אלעס וואס רבי צבי מאיר שרייבט אין זיין הקדמה צו שיחות התחזקות זאל דא חל זיין, ס'איז נאר בערך, אן קיין אומר דבר בשם אומרו, קען זיין מ'מאכט א טעות, וכו'.

נחזור לענינינו, א וואוילער ישיבה'שער יונגערמאן כאחד מבני החבורה, ער דרייווט, וגם עקרת ביתו וכו'. פונקטליך ווייס איך נישט, אבער יונגעלייט האבן זיך צוגעשארט צו אים, און ער האט אנגעהויבן זאגן שיעורים. ס'האט זיך צואוואקסן, און מ'האט געדינגען די מונקאטשער בעיסמענט אויף 52.
בראשית פריחתו ושגשגו, אויב איינער האט בטעות פארבלאנזשעט און געקומען צום שיעור, האט ער אנגעהויבן קלעבן און נאכלויפן אז מ'האט נישט געקענט לויז ווערן. אזוי, און אדאנק חברא חברא אית ליה האט ער צוביסלעך אויפגעבויעט א קהילה, בעסער געזאגט אן ערנסטע אימפעריע.

ער טראגט מיט זיך א צויבער וואס מאכט אים אטראקטיוו. אויסער וואס ער איז א טאלאנטפולער פערזאן אלס אן אויסנאם שטארקער זאגער, א בעל מחדש, און אן אראטארישן מגיד שיעור, האט ער אן עקסטרעם כאריזמאטישער און צוגעלאזענער נאטור.

אבער יש אומרים אז זיין אויסערגעווענליכע הצלחה, איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען א הידן טרעזשור, דאס איז זיין אפענער מהות.

רבי בנימין איז שרעקליך אן אפענער מענטש, אז מ'רעדט מיט אים נאר פאר פינף מינוט איז כמעט אוממעגליך נישט ארויסצובאקומען אלעס ארום אים לכל פרטיה ודקדוקיה, אנגעהויבן מיט זיין סדר היום, זיין הלוך ילך, און געענדיגט ביז זיין פערזענליכער שלום בית. ממש אלעס ווערט אויסגעפאקט אויפ'ן טיש אפילו פאר א סטרעינזשער. עס איז אפילו שאקירנד וויאזוי א מענטש קען זיין אזוי דורכזיכטיג און זיך אויסטון נאקעט פאר סיי וועמען. מענטשן אבער גלייכן עס, און נאך 2 מינוט אריין אינעם שמועס ברענגט עס א באצויבערנדע נאנטקייט.

דורכאויס די 2טע פינף מינוט פונעם שמועס באקומט מען א פונקטליכע באריכט איבער דער קהילה, אבער אין באבנס באבן אריין: וויפיל מעמבערס, די שיעורי תורה, וואס ער טוט מיט זיין עולם, פון וואס באשטייט זיין קליענטעל, ממש תוך תוכו, אלע אינס ענד אוטס, אויף אן אופן נישט צום גלייבן, כאילו דו ביזט זיין נאנטסטער מענטש וועמען מ'קען מגלה זיין כל מצפני לבו. פאקט איז אז אזא צוגאנג ברענגט א געשוואוירענע קרבות.

דורכאויס די דריטע 5 מינוט איז מתוך שיחתו בא לידי שבחותו, און מיט א שעפ לעפל. אזוי מיר נישט דיר נישט וועט ער מסביר זיין רב חילו וכוחו להגדיל תורה ויאדיר וכו'.

בקיצור, ער איז א מענטש וואס הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין ברודערס ברודער, ערב בוקר וצהרים, און לאמיר עס אנקוקן אלס דער שמיני שבשמינית וואס חז"ל פארלאנגען פון א תלמיד חכם.

מיט זיין קהלה איז ער רעוואלוציאנער.

קהילת היכל התפלה ווי זי ווערט גערופן, געפינט זיך היינט צוטאגס אין א געדינגענעם לאקאל אין קאמעניצער בנין, מיט א פלאן צו בויען אן אייגענעם ביהמ"ד וואס האט זיך שוין לאנג פארצויגן.

ווי ערווענט האט ער אנגעהויבן מיט א פשוט'ן עולם, בארא פארקער אידן מיט'ן פולן גלאנץ, כאסידישע פיפל, ענד יו נאו וואט איי מין. די וואס געהערן אין ערגעץ. אין חדר געגאנגען אין חתן סופר, וויען, קראסנא, מונקאטש, שבת געדאווענט ביי א קארנער שול, די קינדער געשיקט וואו אימער, חמץ פארקויפט ביי משה אין שומר שבת, און באלאנגט אין ערגעץ נישט. היינט האט ער שוין פון אלעם גוטן, און נאשט אראפ אנשי שלומינו פון אלע קהלות קדושות.

און ער האט באוויזן א קונץ. גענומען א הארטע טייג, א שוואכערן ציבור, ארבעטס בחורים לשעבר, שליש בערדלעך, וכו', און געמאכט מיט זיי עפעס. יונגעלייט מיט א טעם אין אידישקייט, איינער מער און איינער ווייניגער.

הרב אייזנבערגער איז נישט קיין רב וואס קומט באזינגען ביי די שמחות פאר א מאה'לע, נישט קיין מגיד שיעור נוסח הרב שלעזינגער וועמען מ'פרייעט זיך צו געבן א היטש נאכ'ן שיעור, און מ'קלאפט זיך אין בייכל יו נאו איי גאו טא ראביי שלעזינגער, ער איז א מנהיג!

הרב אייזנבערגער איז א פירער מיט אן אייזערנעם פויסט, ער באגלייט זיינע מענטשן אויף טריט און שריט. ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף זיינע מענטשן, ועל פיו יושק. דער רבי, דער משפיע, דער מחנך, דער שלום בית מאכער, דער פרנסה פארזארגער וכו'.

זיין קהילה באשטייט פון עטליכע הונדערט משפחות (שווער צו זאגן א פונקטליכן מספר), ס'דא דארט געלט אויך, כאטש וואס די עקאנאמיע האט שווער אפעקטירט עטליכע גרויסע פישלעך. אים אליין טראגט מען אויף א גאלדענעם טאנץ, און מ'האט אים אפילו געקויפט א שיין הייזקע.

נישטא וואס צו רעדן ער איז א זעלטן געלונגענער מענטש, אן ערשט קלאסיגער מגיד (ער זאגט אפילו שטערקער פון הרב שלעזינגער), א שעפערישער פערזאן ואיש המעש, א לשון לימודים. קען גוט נ"ך ומפרשיה, און מ'האט געדרוקט פון זיינע שיעורים א ספר מיט'ן נאמען 'במסילות הנביאים' וועלכער איז גראדע נאו ביג דיל. ער איז אויסגעקאכט אין אגדות חז"ל, ספרי מחשבה א שטייגער ווי מהר"ל און רבי צדוק, מכתב מאליהו קען ער פון דעקל צו דעקל, און האט א באהאוונטקייט אין דרשת חתם סופר.

כאטש וואס ער איז גאנץ א טיפער זאגער, האט ער האט א דאון טו ערטה שפראך. אימה און פחד וועט ער מסביר זיין אז פחד איז דער וואס האט צוגעזען די ווארלד טרעיד סענטער צוזאמפאל מיט די אייגענע אויגן, און אימה איז דער וואס האט נאר געהערט דערפון אין די נייעס. גלות מצרים איז דער ביאור איז פון חכמה ביז בינה איז נישט קיין געווען קיין רעסעפשאן, דער לב האט דאן נישט באקומען די מעסעדזש, ווייל ס'איז נישט געווען קיין סערוויס פון מוח ביז לב.

שבועות ביינאכט אנשטאט תיקון זאגט ער א שיעור פון עטליכע שעה אין א לומד'ישער סוגיא. מ'קוקט זיך פאר עטליכע טעג פריער, און מ'לערנט דאס אפילו נאך יו"ט ביז מ'ענדיגט. ער טיילט אויס קאפיס, מיט אלע מראה מקומות פונקטליך אנגעצייכנט, ווי א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה. קובץ שעורים, רי"ף, מהרש"א, רעק"א, אלעס וואס מ'גייט אדורכלערנען. ווי קאווע טרינקער האט שוין פארציילט איז אן אפטער ערשיינונג אז א יונגערמאן קומט איינמאל צום שיעור און ער בלייבט שוין דארט לעולמי עד.

ער זאגט אויך שיעורים פאר די פרויען. דאכט זיך מיר אז ס'דא א האטליין ווי די פרויען קענען הערן א וועכנטליכער שמועס פאר ליכט צינדן.

דער גאס קען אים נישט. ער שטייט זעלטן פאר א ספאט לייט, ער טרעט נישט אויף אין ערגעץ, און מ'זעט אים גאנץ ווייניג, אויסער ווען יודי מאנדל מאכט בר מצוה פארשטייט זיך. די לעגנדע גייט אז הרב אייזנבערגער און הרב שלעזינגער 2 תלמידים פון הרב קאפלמאן האבן אזא הוראה נישט ארויסצושטיין, און זיי וועלן קיינמאל אויפטרעטן אין דער פרעמד (הרב שלעזינגער האט לעצטנס אויפגעטרעטן ביי א רבי מאיר בעל הנס דינער אין לאנדאן, וואס איז געווען א גרויסער חידוש).

געגאנגען פאבליק איז ער ביי פרשת קלעצקי, ער האט דאס גוט איינגעקעשט (נעבעך, עיני עיני ירדה מים). דעמאלט האט מען זיך אביסל באקענט מיט אים. אויך האט ער זיך דאן געלאזט אינטערוויוען אין דער 'משפחה' וואו ער האט מסביר געווען די פליכטן פון א רב בישראל וכו', וואס איז אגב געווען א העכסט אינהאלטסרייכע און אינטעלעקטואלע אינטערוויו. יאנקל, שייך צו שאפן א לינק ביטע?

תיכף די ערשטע נאכט פון דער טראגעדיע זענען די באטראפענע אריבער שלאפן צום רב אינדערהיים. דאס האט געהויבן אויגן ברעמען, מ'האט געזען אביסל ווי אנגעוואנדן מ'איז, ועד היכן הדברים מגיעים, אביסל איבער אלע גרעניצן אז מ'קען ממש נישט אנגיין אן אים, ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מחמת כבוד ונימוס.

די לוי' איז געווען א שטאטישע לוי', טויזנטער מענטשן, אנשים ונשים, בני עמינו ובני נכר, גרויסע רבי'ס (מהר"א, רמ"ד, מהר"י וויזניץ, און נאך), העליקאפטער פון דער לופטן, און א טעלעוויזיע אנקארמאן פון יעדער גרויסער סטאנציע איבערן לאנד. באשטעלט האט מען 2 יונגע רבנים זאלן זאגן דברי הספד, מיט אן אלטימאטום פון ביז גאנצע 5 מינוט אויפ'ן זייגער. רבי שרגא מקאסוב האט גערעדט איבער די ריבוי אהבה וואס איז דא היינטיגע צייטן אין די גאסן, און בעל נטעי גבריאל האט גערעדט איבער א זהירות אין איסור יחוד.

דאן האט רבי בנימין גענומען דאס ווארט פאר זיך פאר לאנגע 45 מינוט. מיט'ן ישיבה'שן איכה ניגון האט ער מסביר געווען ווי דער עולם שטייט אין דער רייע אים צו זאגן גוט שבת, און אז שלשה שותפים באדם און איך בין דאך דער רב בין איך במקום דעם אויבערשטן, ווי אויך האט ער פארגעליינט זיינע אייגענע ווארעמע דברי חיזוק אויפ'ן ריפארט קארד, איי מין קאם אן?! ווי אראגאנט דארף מען זיין, והיה לפלא.

רבי בנימין האלט זיך פאר א רעכטער תלמיד פון רבי מאטל און רופט אים מורי ורבי. רבי מאטל איז זיין 'ראול מאדעל' און פארשידענע זאכן מאכט ער אים נאך, אריינגערעכנט טאנצן פורים אויפ'ן טיש.

אויסער א תלמיד קוקט ער זיך אפילו אן ווי ר' מאטל'ס גלייכן, זיין קאלעגע, זיין בן גילו. ביידע עובדי ה', ביידע זענען משפיע חסידות. ואין הדמיון עולה יפה בשעת וואס ר' מאטל שפייעט בלוט, און ער קומט און גייט און עסט טועמיה.

פאר עטליכע יאר האבן די צוויי געהאט א וועכנטליכער שיעור אין ספה"ק ליקוטי מוהר"ן. די ערשטע תורה פון רבי נחמן האט גענומען 2 יאר צייט אדורכצולערנען (הערסט ברסלבער וויאזוי מ'דארף לערנען ליקוטי מוהר"ן). ווי אויך האבן זיי געהאט א שיעור אין קבלה.

אגב, די ערשטע שטיקל תורה פון רבי נחמן איז א מורא'דיג און יסודות'דיג שטיקל וואס וואלט אסאך פארלייכטערט די ווייטאגן פון יואליש און יאנקל על חללי בת עמי. רבי נחמן זי"ע איז מסביר 'כי עיקר החן והחשיבות הוא שם'. היינט ליידער, כאטשיג וואס כלל ישראל האט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלן זיין ארויפגעקוקט וברום המעלות, האבן זיי עפעס נישט קיין חן. חן וחשיבות ליגט ביי די אומות העולם, וכדאי לעיין בדבריו הקדושים ותמצא נחת ומרגוע.

ער האט אויך א כולל פאר בחורים ואברכים אין ביהמ"ד זידיטשוב אויף 54 סט. גראדע האט עס א ישיבה'שער גייסט און מ'לערנט, אבער ס'שפירט זיך אביסל פון אוירא דארץ ישראל. די חברה קומען דארט צו קרוזן מיט סמארט קארס, אדער די מאמעס אינפיניטי וכו', און ס'פרייליך.

ל"ג בעומר פארט די גאנצע קהלה קדושה קיין מירון. האסט נישט צו באצאלן פאר א טיקעט דעמאלט בארג, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. געווען שיינע בילדער אין די בלעטלעך ווי הרה"צ טאנצט אינדערמיט ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.

וואס נאך? בסוגיא דמאחורי איז מיט אן ארבע כנפות'ל דייקא, כמבו' במג"א בשם האר"י.

סוף דבר: מי יתן עס זאלן זיך יאווען נאך אזעלכע קהלות קדושות ווי קהילת היכל התפלה, אן אגודה אחת ושכם אחד לעשות רצונו יתברך. ס'איז זיכער אז אזא קהלה דערהייבט די גאנצע שטאט בארא פארק, א טייערע שטעטל... וואס קען דרינגענד נוצן אביסל א push. וואלט איך ווען געוואוינט אין בארא פארק וואלט איך יתכן דארט געדאווענט צוליב אירע איבערוויגנדע מעלות.

(דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אין קאנסאלטאציע און צוזאמענארבעט מיט ידידי החכם השלם ונהנין ממנו עצה ותושי' הרב יאנקל הי"ו, טובים השנים מן האחד, ותוחח"ל).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 105 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר