דורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:40 am
סאיז גאנץ מעגליך אז דרייליך זיצט פאר גארנישט. סאיז מעשים בכל יום אין אמעריקע אז מענטשען ווערן באשולדיגט אומזיסט. די גאנצע קאורט סיסטעם באשטייט פון ״מענטשען״ און אונז מענטשען מאכן אסאך מאל גראבע טעותים.
סאיז נישטא געוועהן DNA אין די קעיס, סאיז נאך געוועהן פאר די צייטן. מהאט טאקע געבעטן די אפיעלס קאורט זאל נאכמאל איבערגיין די קעיס- דאס מאל מיט DNA און סאיז אפגעזאגט געווארן/rejected
אין גאר אסאך קעיסעס ווי מהאט שפעטער איבערגעקוקט מיט DNA איז מען געוואר געווארן אז דער באשולדיגטער איז נעבעך אינגאנצן אומשולדיג. אן א שיעור קעיסעס.
נישט אז איך קען מיך גרונטליך אויס אין די קעיס. נאר א ״מעגליכקייט״ איז עס זיכער עכ״פ פון וויפל כ׳האב געליינט אין דעם שטערן דעמאלטס און וויפל כ׳האב געהערט פון הרב האפפמאן. איך האב געדאווענט מיט אים אין די זעלבע שול נאך מיין חתונה, כהאב אסאך גערעדט מיט אים, ער איז געוועהן א וויואלע, קלוגע איד לדעתי, וואס האט געמיינט נאר גוטס.
דאס אז קיין איין קאורט נעמט נישט אן די אפיעל מיינט אויך גארנישט.
אדרבה אז איינער ווייסט מעהר קראנטע אינפארמאציע אין די קעיס זאל ער טאקע פארציילן.
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:
שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”