האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:21 pm

היינט פאלט אויס דער יארצייט פון האדמו״ר המפורסם רבי משה טייטלבוים זצ״ל, רב דקהילת קהל יטב לב דסאטמאר משנת תש״מ עד פטירתו כ״ו ניסן תשס״ו.
דער סאטמארער רבי ז״ל איז געווען אן איבערלעבער פון דעם חורבן, האבנדיג פארלוירן זיין ווייב און עטליכע קינדער. אין אמעריקע איז ער באקאנט געווארן פאר זיין כח הפסק, און האט געדינט אלס א דיין חו״מ פאר לאנגע יארן. דורכאויס די יארן פון זיין אדמו״רות איז ער געווען באקאנט מיט זיין אייגנארטיגן עניוות און כח הרבנות.
א מעשה׳לע וואס כאראקטעריזירט זיין עניוות. א חסיד א חתן איז געקומען צום רבי׳ן א טאג פאר זיין חתונה און האט אים געבעטן אויב ער קען ״האבן א בגד פון רבי׳ן״ פאר זיין חופה. עס איז דעם רבי׳ן נישט בייגעפאלן אז דער חתן מיינט דערמיט אים אליין, און ער האט זיך תיכף אויפגעשטעלט זוכן א בגד פון דודו האדמו״ר רבי יואל זצ״ל.
ווער עס האט נאר אמאל גערעדט מיט׳ן רבי׳ן איז איבערגענומען געווארן פון זיין מענטשליכער ליבשאפט, און די גרויס אהבה וואס ער האט ארויסגעוויזן פאר קינדער בכלליות, און בני משפחתו בפרטיות.
ליידער האט ער געליטן גאר א סך. אנגעפאנגען מיט׳ן פארלירן ביידע פון זיינע עלטערן אין א יונגען עלטער. דערנאך דעם ביטערן חורבן, וואס האט אים טייער געקאסט. ווען ער האט שוין לכאורה געדארפט זיין ברום המעלה, זייענדיג בראש פון מלכות סאטמאר, האט זיך ערשט אנגעפאנגען א פעקל צרות מיט פראבלעמען מבית ומבחוץ. אינצווישן האט ער פארלוירן זיינס א באליבטע טאכטער, און דערנאך, בערוב ימיו, די מחלוקה צווישן זיינע קינדער וואס האט אים גורם געווען א סך צער, און האט דירעקט פארמיטן פון א מענטש וועלכער האט פארלוירן זיין משפחה אין דעם חורבן פון שעפן נחת פון זיינע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך.
עס איז כדאי אז מען זאל דא דערמאנען עפיזאדן פון דער גרויסער פערזענליכקייט - א מענטש וועלכער האט געליטן צרות ויסורים מכאובים וועלכע מיר קענען זיך אין דמיון נישט פארשטעלן, און האט פארמאגט גרויסע השגות וועלכע טארן נישט פארגעסן ווערן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3739 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:42 pm

איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך זיידעטשקע » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:36 pm

דער ברך משה זי"ע פלעגט נישט מקפיד זיין צו געבן א נאמען נאך מענטשען וואס זענען אוועק יונג אדער זענען אומגעקומען אין קריג. ער האט געהאט מקובל מבית אבותיו אז מ'דארף נישט. אבער דער דברי יואל זי"ע פלעגט יא הייסן צוגעבן.
פאר דער ברך משה איז געווארן רבי פלעגט ער אייביג זאגן פאר מענטשען וואס האבן עם געפרעגט, אז מ'זאל נישט צולייגן קיין נאמען, אבער ווי ער איז געווארן רבי האט ער אנגעהויבן הייסן אז מ'זאל יא צולייגן, אין ער האט מסביר געווען אז די חסידים קומען צו מיר נאר וועגן איך בין ממלא מקום פון דעם פעטער, מוז איך זיי זאגן לויט די שיטות פון דעם פעטער ז"ל.
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:39 pm

אינטערסאנט פארוואס דער ברך משה האט נישט א נאמען געגעבן קיינעם פון זיינע קינדער חיים צבי נאך זיין טאטן דער עצי חיים זצ"ל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך אלבערט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm

דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm

ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:11 pm

שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:14 pm

אלבערט האט געשריבן:דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.

שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

אהא, איך האב נישט געוואוסט דערפון...
פונדעסטוועגן הייסן די אייניקלעך בלויז חיים צבי אן א צונאמען.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:31 pm

זר זהב האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!

אי משום הא לאו ראיה, ווייל טויזענטע קינדער מיט צוגעגעבענע נעמען זענען אויך נעקד געווארן ביים קריג.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:37 pm

ערעב זר זהב, דו קענסט די מעשה מיט רבי ר' יונתן אינעם יעב"ץ און די משל פון חד גדיא?

מאכסט שוין א מחלוקת און נעמסט שוין א צד

דאס איז די איינציגסטע זאך וואס דער ברך משה מיטן דברי יואל האבן געהאט חילוקי דעות, און יעדער קען אננעמען ווי וועם ער וויל, שטעק נישט אריין דיין קאפ און ברענגן ראיות ווער ס'איז געווען גערעכט, ווייל ס'איז דא ראיות פארקערט אויך, ומי אנו להכניס ראשינו בין ההרים הגדולים

אגב בנוגע אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'

פארוואס דער ברך משה האט למעשה פאר זיין קינד און פאר די אייניקלעך יא געלאזט די ארגינעלע נאמען פון זיינע עלטערו איז בודאי געווען טעמו ונימוקו עמו
ואגב האט דערציילט אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אז ווען זיין זון ר' חיים הערש איז געבוירן האט ער גערעדט צום טאטן דערוועגן, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל אינזין האבן ביים נאמען חיים נאכן דברי חיים און צבי נאכן חכם צבי, וואס נאך זיי האט דער עצי חיים געהייסן, און אדמו"ר מהר"א האט עס דערציילט פארן רבין דער דברי יואל און דער רבי האט געזאגט, גוט, אבער זאלסט אזוי אינזין האבן.

און יתכן אז דער ברך משה ביי זיין זון האט אויך די זעלבע אינזין געהאט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 22, 2012 2:35 pm

זר זהב האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!

שטותים. כיון שניתן רשות למשחית וכו'
אבער דאס אז די נעקד אין צרפת האט געהייסען נאך גבריאל הולצבערג איז שוין יא א מקום לתלות אז שמא קא גרם
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל

הודעהדורך העלא » מאנטאג אפריל 23, 2012 4:28 pm

איך ווייס פון א מעשה א איד איז אריין צום דברי יואל בשנת תשל"א אז ער האט געהאט א אינגעל און זיין שווער וויל ער זאל א נאמען געבן נאך זיין טאטן, (נאכ'ן שווער'ס טאטע) אבער ער האט א פראבלעם ווייל ער איז אוועק אינג, און ער קען זיך נישט קריגן מיט זיין שווער, ער האט גלייך געזעהן אז פארן רבי'ן שמעקט עס נישטת האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צו ער זאל אינזין האבן בשעת'ן גיבן די נאמען אז ער גיבט נאך וועם זיין שווער'ס טאטע הייסט, האט אים די רבי אנגעשריגן זיי נישט קיין אויבער חכם, האט ער געענטפערט פאר'ן רבי'ן אז ער מאכט נישט קיין אייגענע באשליסן ער פרעגט נאר דעם רבי'ן ווייל זיין שווער וויל דוקא דעם נאמען,

למעשה האט ער געגעבן דעם נאמען און די רך הנולד איז אוועק אין די 30'גער יארן ל"ע,
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:24 pm

ביים מקיים זיין די מנהג פון שפילן "דריידל" אום חנוכה

בילד
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:36 pm

שמואל פארוואס קען איך נישט זען די בילדער וואס די פאוסט?
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:39 pm

פאר די זעלבע סיבה ווי דא
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:22 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי דא

דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:18 pm

ראשעקאל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי דא

דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט

ווייל דארט (אויפן פלאץ ווי יענע בילד איז געהויסטעד) לאזט דיר דיין פילטער יא אריין און דא (ווי דער בילד איז געהויסטעט) נישט, ווערי סימפל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:38 pm

ווי איז עס גע׳האוסט??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:43 pm

איך ווייס נישט גענוי וועלכע סייט twitpic נוצט, אבער פון דארט קומט די אויבערשטע בילד.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:04 pm

שבת איז די זיביטע יארצייט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:16 pm

ווער וואלט זיך געגלייבט אז זיבן יאר נאך דעם וואס ער איז נפטר געווארן איז נאך נישט משיח געקומען. ווען ער וואלט דאס ווען געוואוסט וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.
זיין אור חדש על ציון אוי די געגועים.
יעמוד מורי מורנו משה בן מורי מורנו חיים צבי.
די תפילות הייליגע טעג
דאס ווארעמקייט ביים אויפנעמען קוויטלעך
זיין הייליגע שמייכל ווער ער האט געזעהן א אינגל ביים גוט שבת זאגן
אפילו די וועג ווי אזוי ער פלעגט א גלעט געבן די נאז בענקט מען זיך.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:18 pm

דער ברך משה איז אמאל געזיצן אין מקוה ווען א בחורל קומט אריינצולויפן און טוישט אויף זיין קאפל פאר א נייע.
יעצט האט ער דעם רבי'נס קאפל. גייט נישט דורך א האלבע מינוט און נאך א בחור קומט אריין און טוט דאס זעלביגע...
רופט זיך דער ברך משה אן: דער ערשטער איז גארנישט ווייניגער בהמה ווי דער צווייטער.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2369 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:24 pm

יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.

און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2369 מאל

הודעהדורך signout » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:02 pm

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.

און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.

נעבעך נעבעך, עס האט זייער וויי געטוהן צו זעהן אויף דער עלטער ווי שוואך ער איז געווען, עס באלאנגט אבער נישט צו באשרייבן
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:04 pm

signout האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.

און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.

נעבעך נעבעך, עס האט זייער וויי געטוהן צו זעהן אויף דער עלטער ווי שוואך ער איז געווען, עס באלאנגט אבער נישט צו באשרייבן

עס איז עקעלדיג צו עס באשרייבען
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט