הרבנית הצדיקת מרת פעסיל לאה טייטלבוים ז"ל מ'סאטמאר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

הרבנית הצדיקת מרת פעסיל לאה טייטלבוים ז"ל מ'סאטמאר

שליחה דורך שעפטל »

היינט כ"ג תמוז איז די דריטע יארצייט פון הרבנית צדיקת מרת פעסיל לאה טייטלבוים ז"ל, אשת חבר מכ"ק אדמו"ר מרן משה טייטלבוים זצוק"ל, אבדק"ק סאטמאר ובעל ברך משה.

די רביצין געבוירן אין יאר תרפ"ד צו אירע עלטערן הרה"ק רבי אהרן טייטלבוים זצ"ל אבדק"ק וואלאווא (נאך אים הייסט איר עלסטע זון כ"ק אדמו"ר רבי אהרן שליט"א) זון פון הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים זצ"ל אב"ד וואלאווע, א זון פון הרה"ק רבי שמואל טייטלבוים זצ"ל, אב"ד גארליץ, א זון פון הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצ"ל, אב"ד דראהאביטש, א זון פון הרה"ק רבי משה טייטלבוים זצ"ל אב"ד אוהעל ובעל ישמח משה. זיין מוטער איז געווען מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל אב"ד סיגוט ובעל ייטב לב און צו איר מאמע הרבנית הצדיקת מרת חי' ז"ל (נאך איר האט געהייסן איר עלסטע טאכטער הרבנית הצדיקת מרת חי' ז"ל) א טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל באב"ד זצ"ל, אב"ד ווישניא

נאכן קריג האט די רביצין חתונה געהאט מיטן סאטמארע רבי זצ"ל דאן סיגוט'ער רב, און אויפגעשטעלט א שיינע דור:
הרבנית הצדיקת מרת חי' ז"ל (נפ' שבט תשנ"ג) אשת כ"ק הגה"צ רבי דוד בעריש מייזליש שליט"א, אב"ד ור"מ קהל יטב לב ד'סאטמאר בארא פארק.
כ"ק אדמו"ר מרן רבי אהרן טייטלבוים שליט"א, אדמו"ר מ'סאטמאר.
הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א, אב"ד ביהמ"ד ברך משה זענטא.
כ"ק אדמו"ר רבי יקתואל יהודה (זלמן לייב) טייטלבוים שליט"א, אדמו"ר מ'סאטמאר.
כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א, אב"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר 15טע עוועניו, בארא פארק, ונשיא כולל עצי חיים ד'סאטמאר בבני ברק.
הרבנית הצדיקת מרת ברכה סימא, אשת כ"ק הגה"צ רבי דוד מייזליש שליט"א,אב"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנטרעאל, קאנאדא.
הרבנית הצדיקת מרת הענדל, אשת הגה"צ רבי חיים יהושע האלבערשאם שליט"א אב"ד קהל ויואל משה מאנסי.

די רביצין האט ווייטער געמאכט די סקול און כולל פארטי'ס ביי איר אינדערהיים (גייענדיג אין די דרכים פון איר מומע הרבנית הצדיקת מרת אלטא פיגא ז"ל אשת חבר מרבינו הקוה"ט רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל אבדק"ק סאטמאר ובעל דברי יואל - ויואל משה ועוד)

זינט איר טאכטער הרבנית הצדיקת מרת חי' ז"ל איז נפטר געווארן האט זי געגרינדעט די "קרן נפש חיה" וואס איז געווען ארויסצוהעלפן מרביצי תורה אין סאטמאר צו קענען חתונה מאכן זייערע קינדער, און יערליך געמאכט א פארטי ביי זיך אינדערהיים דערפאר.

זי איז נפטר געווארן כ"ג תמוז תש"ע אין די בית ישראל שפיטאל, און קודם איז די מטה געגאנגן צו איר הויז אויף 550 בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג, ווי די נשים, קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך האבן זיך רירענד געזעגנט.
דערנאך איר פארגעקומען איר לוי' פארנט פון ביהמ"ד ד'סאמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, ווי עס האבן דארט אויפגעטרעטן בנה אב"ד ברך משה ד'זענטא שליט"א, בנה אדמו"ר מהרז"ל שליט"א, איר איידעם הגה"צ סאטמאר מאנטריאלע'ר רב שליט"א, און איר איידעם הגה"צ אב"ד ויואל משה מאנסי שליט"א.
דערנאך איר פארגעקומען איר לוי' פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, ווי עס האבן דארט אויפגעטרעטן הגה"צ סאטמאר-בארא פארק'ער רב שליט"א, בנה כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א), בנה הגה"צ אב"ד סאטמאר-ב"פ-15'טע עוו. שליט"א, דערנאך האט מספיד געווען הגה"צ אב"ד וואלאווא שליט"א א פלומעניק פון די רביצין ע"ה (זון פון איר ברודער הגה"צ רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים זצ"ל אב"ד וואלאווא), דערנאך האט מספיד געווען נכדה הגדול הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג (עלטסטע זון פון איר עלסטע זון כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, און איידעם ביי איר עלסטע טאכטער הרבנית מ'סאטמאר ב"פ ז"ל) ווי ער האט איבער געבעטן בשם די אייניקלעך.
זי איז געקומען לקבורתה אינעם אוהל הקדוש אינעם בית החיים דקהל יטב לב ד'סאטמאר בקרית יואל.

ככלות השבעה איז פארגעקומען איר הקמת מציבה, דערנאך איז געווען די דרשות אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, ווי עס האבן אויפגעטרעטן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, נכדה הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט"א, אב"ד סאטמאר-אלעד וראש ישיבת מהרי"ט בני ברק, הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א אב"ד ור"מ סאטמאר-לאנדאן, און דערנאך בנה כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א.

תהא נשמתה צרורה בצרור החיים
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר