המונקאטשער רב וברכותיו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

המונקאטשער רב וברכותיו

שליחה דורך סאו וואט »

ידוע העובדא ביים מנחת אלעזר, אז ער האט געקענט זאגן פארן מאכען קידוש, א שלאק זאל באטרעפען דו אלע רעביס, און זיך גענומען שרייען מיט באנומענע קולות יום הששי
ולכן ירדתי לגנים ללקוט בשושנים דו אלע ניקס וואס ער האט באשאנקען פאר גדולי ישראל, ועל המוסיף יוסיפון לו

הדעת סופר: א דעת סופר א טעות סופר

המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)

השערי הישר מליסקא: א ספר תורה שכתבו מין.. (קרעדיט ליסקא, והשערי הישר ענו אותו על אתר נא נא מצא מין את מינו...)

אויפ'ן שטאט דעברעצין: דאס איז מדבר צין...
והמעשה שהיה כך היה, כן סיפר הרב שליט"א מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין: דער מנחת אלעזר איז געקומען וויילען און דעברעצין, און איינמאל האט ער געהאלטן א דרשה, והגאון רבי שלמה צבי שטראססער זצ"ל המרא דאתרא ואבדק"ק דעברעצין האט זיך אנגערופן אונדערמיט, און געפרעגט א קשיא, והמנחת אלעזר האט כסדר מיט זיינע באקאנטע ניגון געזאגט: און מיטן דרשה פרעגט מען נישט אריין, בתנועה הידועה, ולכבודו של המרא דאתרא, זענען אלע יודען ארויס פון ביהמ"ד, חוץ הגאון הנ"ל, דעמאלס האט זיך המנחת אלעזר אזוי אנגערופן.

אגב אויפ'ן שטאט קאבא (באונטערלאנד אצל דעברעצען) , האט ער געהאט גוטע חסידים מיט געלט, האט ער געזאגט: מה אקוב לא קב"ה קל: קאבא גייט ער נישט שעלטען...
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר