הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:22 am

דעם היינטיגן ב' אלול האט דער גאון מפורסם הרב שמואל הלוי וואזנער שליט"א דערגרייכט צו ווערן א בן מאה. זעלטן וואס כלל ישראל האט געהאט אזא גרויסן גדול וואס זאל זוכה זיין צו אזא אריכת ימים, און נאך זעלטענער וואס אין אונזערע טעג האבן מיר זוכה געווען אז די סאמע גרעסטע גדולים זענען אנגעקומען צו אזא זקנה, הויפטזעכליך הגרי"ש אלישיב זצ"ל, הרב שך זצ"ל, און להבחל"ח הרב וואזנער שליט"א, און הרב שטיינמאן שליט"א וועלכער איז שוין איבער 99.

הרב וואזנער איז דער גדול בישראל וועלכער האט באוויזן צו זיין אויפ'ן סאמע שפיץ פון אויבן אן צענדליגער און צענדליגער יארן. ער איז נישט געווארן אנערקענט הערשט ביי די אכציג יאר, נאר יארן פריער איז ער געווען נערץ ביי גדולי ישראל, ווי דער חזון איש זצ"ל און הרה"ק מהר"י מסאטמאר זצ"ל. באזונדער האט ער די זכיה אז זיין ספר שו"ת שבט הלוי איז שטארק אנגענומען געווארן איבער די וועלט, און אזוי אויך זיינע פסקים אין כל מקצועות, ווי שיעורי שבט הלוי אויף הלכות נדה.

א זכיה וואס איז ממש אין דוגמתו איז דאס וואס הרב וואזנער האט באוויזן זיך צו האלטן בשלום מיט אלע שיכטן און קרייזן, האבנדיג דעם שכל הישר ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן. אין סאטמאר איז ער אנגענומען ווי דער "פוסק הדור" אין די זעלבע צייט וואס ער איז אייביג געווען בידידות מיט גדולי ישראל וועלכע זענען געווען היבש ווייט פון סאטמאר, ווי הרב אלישיב, הגר"ע יוסף שליט"א, און אפילו נאך ווייטערע.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (21.08 KiB) געזען געווארן 4191 מאל
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:06 am

זינט ווען איז ער אין סאטמאר דער פוסק הדור?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:31 am

ער איז דער איינציגסטער גדול וואס אלע סאטמארער אויסגאבעס באטיטלען ווי פוסק הדור, אריינגערעכנט דער איד, דער בלאט און קול מבשר. ער איז אויך דער איינציגסטער גדול וואס סאטמאר שטיצט און רעספעקטירט. דאס מוז נישט מיינען אז ער איז דער סאטמארער פוסק, נאר אז סאטמאר אנערקענט אים ווי דער פוסק הדור פאר די וועלט.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:48 am

זר זהב האט געשריבן:זינט ווען איז ער אין סאטמאר דער פוסק הדור?


ווען ער האט גע'אסר'ט הזרעה מלאכתית = פוסק הדור
ווען ער האט גע'שריבען אז ס'נישט ממזרות = אויס פוסק הדור

וען ער האט נישט אינטער גע'שריבען די חוב גדול-קדוש וועגן בחירות = פוסק הדור
ווען ער האט נישט אינטער גע'שריבען די איסור חמור קעגן בחירות = אויס פוסק הדור

ווען מ'האט אים געוואלט ניצן ביי רז''ל קינות קללה = פוסק הדור
ווען ער האט נישט געוואלט קומען צו רז''ל'ס אבן הפינה = אויס פוסק הדור
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך ארכיוויסט » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 4:12 pm

הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי

פון: הרב אשר לעווין

דער גרויסער פוסק און שר התורה הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א איז פון די גדולי הדור, און ספעציעל אין די חסידישע וועלט ווי ער איז אנערקענט אלס דער פוסק הדור. דער פוסק שליט"א איז געשעצט, חביב ונערץ ביי כלל ישראל, און גאר ספעציעל ביים היימישן ציבור, אלס גדול וצדיק, מנהיג ופוסק והלכה כמותו בכל מקום. הרב וואזנער איז דער רב פון די זכרון מאיר געגנט אין בני ברק, דער ראש ישיבה פון ישיבה חכמי לובלין, און דער מחבר פון די הלכה ספרים שו"ת שבט הלוי, וועלכע זענען גאר שטארק אנגענומענע ספרי הלכה ביי גאנץ כלל ישראל.

הרב וואזנער געבוירן געווארן אין יאר תרע"ג צו זיין פאטער ר' יוסף צבי הלוי וואזנער, און זיין מוטער מרת רחל (לבית שיף), אין וויען עסטרייך.
הרב וואזנער איז אריינגעגאנגען לערנען אין די גרויסע און בארימטע מבצר התורה חכמי לובלין, ווי ער איז נתקרב געווארן צום גרויסן ראש ישיבה הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל. אין די גרויסע ישיבה צווישן אלע לייבן און מצויינים האט ארויסגעשיינט די געוואלדיגע התמדה פון הרב וואזנער, וועלכער האט געלערנט יומם ולילה מיט גרויס התמדה. דער גאון שליט"א האט אויך זיך געהאלטן זייער נאנט צום גרויסן משגיח, הגאון הקדוש רבי שמעון זעליכאווער זצ"ל, און האט אסאך געלערנט פון זיינע עמקות'דיגע און פייערדיגע חסידישע שמועסן. הרב וואזנער איז געבליבן א גאנץ לעבן א גרויסער מעריץ פון די צוויי רבי'ס זיינע פון חכמי לובלין.

הרב וואזנער איז א חתן געווארן אין ארץ ישראל, און האט געוואוינט אין ירושלים ווי ער האט געלערנט ביים ירושלימער רב הגאון רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל, און האט אויך מקבל געווען הוראה פונעם טעפליקער רב, הגאון רבי שמעון אהרן פאלאנסקי זצ"ל. אלס יונגער יונגערמאן איז הרב וואזנער אויפגענומען געווארן דורך די עדה החרדית אלס מורה צדק אין ירושלים, זייענדיג דעמאלטס דער יונגסטער דיין.

הרב וואזנער האט אלע זיינע יארן זוכה געווען צו נשיאות חן ביי גדולי ישראל וועלכע האבן געזעהן אין אים א כלי שלימה צו זיין דער קומענדער מנהיג הדור. בעיקר האט דער גאון שליט"א זיך מתדבק געווען אינעם גרויסן חזון איש זצ"ל, און האט געלערנט ביי אים דרכי הלימוד, הוראה און הנהגה, דער גאון שליט"א דערציילט אסאך הנהגות און ענינים פון חזון איש און איז דבוק בתורתו. דער הייליגער חזון איש האט זייער מחשיב געווען הרב וואזנער, און האט אים מחזק געווען צו ווערן א מנהיג און ראש ישיבה. אויך האט דער גאון שליט"א גענאסן קרבה ביי הגאונים רבי דוב בעריש וויידנפעלד גאב"ד טשעבין זצ"ל, און הגאון רבי איסר זלמן מעלצער זצ"ל בעל אבן האזל. די אלע גדולים האבן אים מחזק געווען צו עפענען די ישיבה חכמי לובלין, אלס א זכרון עולם פאר די ישיבה חכמי לובלין אין לובלין פוילן וועלכע איז ארויף בסערה השמימה ביים ביטערן חורבן.

דארטן אין די ישיבה האט דער גאון שליט"א מרביץ תורה געווען די לעצטע מער פון זעכציג יארן, אין די ישיבה גדולה, ישיבה קטנה און כולל אברכים. נעבן די ישיבה איז צוגעקומען א בית הוראה ווי דער גאון שליט"א האט געענטפערט שאלות פאר טויזנטער אידן, און שפעטער א בית דין צדק לדון ולהורות בדיני ממונות.

ווען בני ברק האט זיך אנטוויקלט האט דער חזון איש זצ"ל ממנה געווען דעם גאון שליט"א אלס רב אב בית דין פון די געגנט זכרון מאיר, און האט אים מכבד געווען און זיך גערעכנט מיט זיין פסק מיט געוואלדיגע כבוד.

הרב וואזנער האט א געוואלדיגע כח אין שרייבן תשובות להלכה, מיט א גאונות, בהירות, און א זיסע שפראך. די ספרים שבט הלוי זענען געווארן א ספר יסוד אין יעדע ספרים שאנק, און א ספר פאר יעדן מורה הוראה. אין יעדע שאלה וואס איז געשטאנען על הפרק די לעצטע זעכציג-זיבעציג יארן ביי כלל ישראל איז דער פוסק שליט"א דער וואס האט געזאגט דעם דעת תורה און כלל ישראל האט זיך געפירט על פיו.

הרב וואזנער איז א ליבליכער מענטש, זיין ווארעמע שמייכל און סבר פנים יפות איז משמח טויזנטער אידן וואס זענען משכימים לפתחו, און זיינע זיסע דרשות און שיעורים, מיט א הייליגע און זיסע לשון, זענען א עונג רוחני פאר אלפי תלמידי חכמים און לומדי תורה. במשך די איבער זיבעציג יאר זינט דער רב האט מיסד געווען די ישיבה האט ער שוין פארגעלערנט טויזנטער שיעורים אין אלע מקצועות התורה, גמרא און הלכה, חומש און מוסר, און די געוואלדיגע כח התורה, התמדה, קדושה וטהרה און געוואלדיגע חיבה האבן א געוואלדיגע השפעה אויף די פילע תלמידים, און פילע פון זיי זענען געוואקסן תלמידי חכמים און גדולי תורה.

פון די תלמידים האבן זיך במשך די יארן מסדר געווען הונדערטער אידן און געגרינדעט קהלות איבער גאנץ ארץ ישראל, איבעראל איז פארהאן קהלות און בתי מדרשים שבט הלוי, ווי די תלמידים האלטן זיך צוזאמען תחת שבטו והנהגתו, מיט א הכנעה און א התבטלות, ווי טרייע תלמידים צו אזא גרויסן און הייליגן רבי'ן.

דער גאון שליט"א איז דער עמוד השלום והאחדות, נעמט נישט קיין שום שטעלונגען אין קיין קהלישע געפעכטן, און איז באליבט חביב ונערץ ביי אלע קרייזן, חסידישע, ליטווישע ספרדישע. און ביי יעדן צוגלייך מיט א גאנצקייט, ווייל עס דערקענט זיך זיין אהבת ישראל און זיין הערצה צו אלע קהלות ישראל. הרב וואזנער איז מחזק אלע מנהיגי ישראל און אפילו רבנים וואס זענען זיבעציג יאר יונגער פון אים, און במקום גדולתו שם ענוותנותו, אז ער גייט האלטן דרשות און שמועסן ביי גרעסערע כינוסים און פארזאמלונגען אין אנדערע קהלות אין ארץ ישראל, ווי מען נעמט אים אויף בכבוד ושמחה רבה. יעדע שמועס און שיעור פון רב שליט"א ווערט נתקבל בהערצה ובשמחה, און פון יעדע שיעור איז פארהאן מערערע הוק-אפס וועלכע פירן איבער זיינע ווערטער צו לענדער איבעראל ווי עס וואוינען ערליכע אידן.

חשובע תלמידים פונעם גאון שליט"א געבן ארויס זיינע גרויסע ספרים אין אלע מקצועות התורה, שיעורים און דרשות, דברי דרוש און שיחות חיזוק.
דער גאון שליט"א האט זוכה געווען צו א שיבה טובה, א הפלא'דיגע געזונט צושטאנד, א מאור פנים און א בהירות הדעת, און גאנץ כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין אריכות ימים און בריאות השלימות.

מרן בעל שבט הלוי שליט"א האט זוכה געווען צו מעמיד זיין גאר חשובע דורות, רבנים גאונים וצדיקים.
בנו הגדול הגאון הגדול רבי חיים מאיר הלוי שליט"א האט ביז לעצטנס געדינט אלס סאטמארער רב פון לאנדאן, און לעצטנס האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק, צו זיין נאנט צו אביו הגדול און העלפן אין די הנהגת הישיבה, הקהלה והמוסדות.
בנו הגאון הגדול רבי בנציון שליט"א ראש בית דין שבט הלוי, ורב אב"ד אין מאנסי, און פירט א קהלה אין בית שמש.
און זיינע חשובע זון הרבנים הגאונים:
רבי יוסף צבי שליט"א
רבי משה יהודה שליט"א
רבי אברהם אליהו שליט"א אבד"ק שבט הלוי מודיעין עלית,
רבי מרדכי אלימלך שליט"א אבד"ק שבט הלוי בארא פארק

דעם גאון'ס איידעמער זענען:
הרב הגאון רבי ישראל אונגאר זצ"ל, מרביץ תורה אין שיכון סקווירא, וועלכער איז נפטר געווארן די פארגאנגענע יאר תשס"ט, אלס רעזולטאט פון די שוויין פלו ל"ע.
הגאון רבי אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א רב דק"ק שבט הלוי ירושלים עיה"ק.

צווישן די אייניקלעך פונעם גאון שליט"א ציילן זיך אויך גרויסע רבנים וצדיקים, ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר מקאסוב הגאון רבי שרגא האגער שליט"א, אן איידעם ביי הגאון רבי חיים וואזנער שליט"א, הגאון רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א רב דק"ק סאטמאר אין לאנדאן, און הגאון רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א רב דק"ק יטב לב סאטמאר מאנסי.

צווישן די תלמידים פון מרן בעל שבט הלוי ציילן זיך גרויסע גדולי תורה, ובתוכם הגאון האדיר רבי משה הלברשטאם זצ"ל, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א און נאך אסאך תלמידי חכמים מופלגים.

בדידי הוי עובדא
ווען איך האב זוכה געווען צו זיין מרואי פני המלך, גייענדיג הערן דברי קודש און מיטדאווענען מיטן גאון שליט"א בהיכל ישיבה זכרון מאיר, האב איך געזעהן וויאזוי דער פוסק הדור והדרו שליט"א וועלכער טראגט די משא העם על שכמו פרייט זיך צו יעדן איד, און ווייזט ארויס פאר יעדן א סבר פנים יפות, אזש עס קען מיינען אז ער האט געווארט אויף יעדן איינעם און ארויסגעקוקט אויף זיין אנוועזנהייט.

במה הארכת ימים?
איך האב געפרעגט א חשובן אייניקל פון בעל שבט הלוי שליט"א, וועלכער איז זייער נאנט צום זיידן, און איז יארן לאנג געווען א מקורב ומשמש, איבער די סוד פון די אריכות ימים ושנים. דער אייניקל זאגט אז פארשטייט זיך אז עס איז א מתנה מן השמים, אבער ער געדענקט אז דער זיידע שליט"א האט זיך זייער געהיט דאס געזונט, סיי מיטן עסן, און סיי מיטן טון פיזישע אנשטרענגונג ווי עס שטייט אין רמב"ם הלכות שמירת הגוף.
לדעתי צייכנט הרב וואזנער שליט"א אליין אן וואס איז די סוד פון די אריכות ימים, אין איינער פון די ערשטע תשובות אין צענטן באנד פון שבט הלוי, פרעגט איינער אן דעם גאון שליט"א וויאזוי זיין רבי דער חזון איש זצ"ל האט געהאט אזא כח צו געבן עצות פאר אידן אין מעדיצינישע זאכן און מצליח זיין ממש ווי ער וואלט געווען א גרויסער דאקטאר, דער גאון שליט"א ענטפערט מיט די ווערטער פון פרקי אבות, רבי מאיר אומר כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה... ונהנים ממנו עצה ותושיה.

די זעלבע ענטפער איז גילטיג אויף הרב וואזנער שליט"א אליין. איינער פון די זאכן וואס שטייט קלאר אין די פסוקים אין די זכות פון תורה איז "אורך ימים בימינה". תורה שענקט אריכות ימים.

(טייל פון אן ארטיקל אין "דער שטערן", תשרי תש"ע)
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:17 pm

א דאנק @ארכיוויסט פאר דעם הערליכן ארטיקל פון הרב אשר לעווין, וואס כדרכו בקודש איז עס געשריבן מלא טעם און מיט אן אריגינעלן געשמאק.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:17 pm

זר זהב האט געשריבן:זינט ווען איז ער אין סאטמאר דער פוסק הדור?

"דער איד" די וואך
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (123.67 KiB) געזען געווארן 4026 מאל
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:25 pm

כ'בין נייגעריג ווען ס'געווען דאס ערשטע מאל אזא טיטל אויף אים אין איד. ס'גייט לכאורה נישט צוריק צו לאנג... (מעיבי איים ראנג?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך בעל הבית » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:29 pm

זייט ווען מאכט מען א צערימאניע פין אזא עלטער?

איז נישטא קיין ענין וועגן עין הרע?


דאכצאך אז אבד"ק קראסנא האלט בסוד זיין עלטער משום הני טעמא
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:58 pm

וועלכע אב"ד קראסנא איז הונדערט יאר אלט? אויב דו מאכסט א וויץ כאפ איך נישט פארוואס פונקט קראסנא (האסט געקענט נוטצן פאפא למשל..)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8043 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:02 pm

איך אויך האט געשריבן:וועלכע אב"ד קראסנא איז הונדערט יאר אלט?

@בעל הבית האט געמאכט א זשאוק
(ער כאפט נישט אז נישט אין יעדע אשכול איז די פלאץ פאר זיינע זיסע זשאוק'ס, און נישט איבעראל איז ״פארברענגען״)
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך בעל הבית » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:30 pm

ראשעקהל ישר כח פארן מעורר זיין
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:51 pm

ווען און פארוואס איז געווען א באשרייבונג אין שטערן איבער הרב וואזנער?
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4222 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:38 pm

אויב געדענק איך גוט איז געווען אן ארטיקל איבער עטליכע שיינע אידן צוזאמען, אפשר בקשר לשמח"ת.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3718
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7578 מאל

הודעהדורך בעל הבית » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:51 pm

דאכצאך אז דאס איז געווען שבעות האט די באקאנטער הרב לעווין באשריבן עטליכע גדולי ישראל וואס זענען,אדער קרוב צו 100 יאר
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:54 pm

רוב פון זיי זענען אוועק תיכף דערנאך.

אין הברכה שורה וכו'
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:54 pm

דעת תורה האט געשריבן:רוב פון זיי זענען אוועק תיכף דערנאך.

אין הברכה שורה וכו'


האלטסט אז איך זאל באשרייבן מיינע שונאים??
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:57 pm

I'm back האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:רוב פון זיי זענען אוועק תיכף דערנאך.

אין הברכה שורה וכו'


האלטסט אז איך זאל באשרייבן מיינע שונאים??


נאר וואס זענען שון קרוב צו 100 יאר
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:00 pm

איך וועל אויסווארטן ביז זיי דערגרייכן דער עלטער.
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:35 pm

מוראדיגע מעשה וועגען רב וואזנער

Over 100 hundred years ago, in the very beginning of the 1900's, there was a young girl, with the last name of Shiff, who had a most beautiful and amazing voice. Her talents were nothing short of professional. She was the talk of all those that knew her. For a religious Frum girl in Vienna, Austria, coming from a traditional Torah home, professional singing was not an option.

News spread of her amazing and potential talent to a famous agent, who offered this young potential star, a very lucrative opportunity and career. Thrilled, she decided to discuss the matter with her parents. When the parents heard about this terrible news, they agreed they will do all within their power, to not allow it to be. The young girl refused to listen to her parents. Her father then took his daughter to their Rav, Rabbi Shlomo Baumgarten, who tried to convince the girl to abandon this career. Reb Shlomo, sensing that he had not swayed her, suggested that they go to Rabbi Yitzchak Meir - The Kapichinitzer Rebbe, who was in Vienna at the time. Immediately, the father went with his daughter to see the Rebbe. then spoke with the girl. "Tell me, my dear Jewish daughter, why do you want so badly to go into this line of work?"

The girl answered honestly. "It is because of the fame that I will find. l will be known throughout the world."

The Rebbe closed his eyes, deep in thought, contemplating the aspirations the girl had just expressed. After a few moments, the Rebbe opened his eyes and began to speak. "Listen closely, my dear daughter. It is the dream of every young Jewish woman to be blessed with a child who will illuminate the world through his Torah learning. I give you my promise that if you now sacrifice your chance at fame, there will come a time when you will be blessed with a child who will light up the world. He will become the one of the Greatest Halachic authorities of his time, a Posek Hador. Your fame will come, but it will be through him, your son."

The young girl wiped away her tears and thought deeply about the magnanimous promise the Rebbe had just made to her. She was a fine, young Jewish girl and so, after considering the offer, she accepted the Rebbe's proposition. Rabbi Don Segal found this most earth shattering and amazing story in the Sefer Kehilot of Austria and decided to pursue the rest of the story. Rabbi Segal discovered that this girl eventually got married and had a son by the name of Shmuel. This Shmuel grew up to be, none other than, Rabbi Shmuel Halevi Wosner, author author of Shevet Halevi, the Av Bet Din of Bnei Brak and a Posek Hador. Rabbi Shmuel Halevi Wosner Halachic opinions are sought out by Jews worldwide. Incidentally, Beli Ayin Hara, Baruch Hashem, on Thursday August 8, 2013, Rabbi Wosner had just celebrated his 100th Birthday. On this momentous day, Rabbi Wosner maintained his regular daily learning schedule. He made a L'Chaim with his family members to thanks Hashem for All His great kindness. May Hashem grant Rabbi Wosner 120+ years in full health and strength. AMEN When Rabbi Don Segal approached Rabbi Shmuel Halevi Wosner to question the validity of the story, Rabbi Wosner became very emotional and with tears in his eyes replied, “It all makes sense now. When I was young, my mother always encouraged me to learn well and be an ehrliche Yid. She always said, ˜You cannot imagine what I sacrificed for you."
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:38 pm

Rav wosner also revealed this story I think it was 2 years ago on purim:
When Rav Wosner was a young bochur he traveked to Lublin for a farher at the famous "yeshivah Chachmei lublin". After his farher by a mashgiach he was told he wasn't accepted and he had to go home. So back he went to the train station to travel back home. As he was waiting there for hours R" meir schapiro was just getting back from a trip and saw a young bocher standing there on his feet turned around with his face against a wall. Intrigued, R meir approached the bochur and asked him who he was and what he was doing in the station with his face against the wall, so the young boy told him with honesty that his name was shmuel wosner and he had to go home cuz he was just rejected after a farher in chachmei lublin and since the train isn't due for hours he didn't have where to go so he was in the station and he didn't want see anything he shouldn't so for shmiras einayim he was against the wall. R' meir heard that this young kid was already standing here for hours and was really impressed. He told him you're not going home you're coming back with me and your going to learn in my yeshiva. A bocher with such yiras shomayin and shmiras einayim belongs in our yeshiva no matter what he did on his farher. He then went on to give him this bracha; those eyes that were so guarded from seeing anything it shouldn't should never lose any of its sight and you should have the sight u have today for the rest of your life and those feet that stod for hours should never fail you.
Till today Rav wosner is over 100 years old and still never in his life used glasses and not even reading glasses which almost every person over 50 starts using and he also still walks on his own two strong feet without any assistance.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:55 pm

קיינער שרייבט נישט וועגען די מופת :roll:

וועגען סיז אין ענגליש?

וועגען סיז נישט אינטערעסאנט?

סע גייט קיינעם נישט אהן?

ווייל ידען האט עס געלייגט? :|
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך I'm back » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:50 pm

ידען האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט וועגען די מופת :roll:

וועגען סיז אין ענגליש?

וועגען סיז נישט אינטערעסאנט?

סע גייט קיינעם נישט אהן?

ווייל ידען האט עס געלייגט? :|


די לייק איז פאר די לעצטי שורה...
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:58 pm

ידען האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט וועגען די מופת :roll:

וועגען סיז אין ענגליש?

וועגען סיז נישט אינטערעסאנט?

סע גייט קיינעם נישט אהן?

ווייל ידען האט עס געלייגט? :|

ידען די עולם איז פשוט ספיעטשלעס!! :אומגלויבליך:
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

הודעהדורך ישבה בדד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:22 am

האט הרב וואזנער ברידער'ס שוועסטער'ס נעפיו'ס פין זיין צד .
ביי דעי וועי . וויא לאנג איז הרב וואזנער געווען אין יח''ל ווען דער לובלינער רב האט נאך געלעבט .
ביטע נישט קיין סברות --- פאקטען פליז .
הרב וואזנער האט געלערנט אין כולל פון הרב הילמאן אונטער דיא פירשאפט פין הרב הראשי הרצוג
צוזאמען מיט דעם פוסק הדור הרב אלישיב . א שטיק צייט אין ירושלים איז עהר געווען איין סופר סת''ם
פאר פרנסה .
ישבה בדד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט