בלאט 1 פון 1

אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:21 pm
דורך ראשעקאל
קאני ראטטענבערג איז געוועהן א לענדמארק אין וויליאמסבורג. עס איז ווערד אז מ'זאל מאכן פאר אים א עקסטערע אשכול איבער זיין לעבען, און זכרונות וועגן אים.
איך ווייס נישט די פרטים פון זיין לעבן, קען איך נאר שרייבען וועגן זיין אנוועזענהייט אין די ווילימסבורגע גאסן, און די ווערטעלך וואס ער האט געמאכט.
יעדע שטאט האט זיך זיינע "משוגעים" וואס דרייען זיך אין די גאסן, קאני איז זיכער געוועהן אזא סארט מענטש וואס מ'האט אים אייביג געטראפען אויף לי עוועניא, אבער ער איז באמת נישט געוועהן קיין משוגענער. ער האט זיך געהאט זיינע מאדנעקייטען וואס האבן געמאכט אז ער האט נישט געקענט חתונה האבן, אבער ער איז דאך געוועהן א מענטש וואס האט גערעדט אויף אלע באקן, ער האט דערציילט זיינע מעשות, און מ'האט אים ליב געהאט.
עס איז געוועהן א נארמאלע זאך צו זעהן א גרופע קינדער ארום קאני וואס שמועסן מיט אים.. יעדער האט ליב געהאט צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
ער האט זיך געהאט זיינע טיפיקעל זשאוק'ס וואס יעדער האט געקענט. ווי ווען איך וועל שטארבען וועט מען מיך לייגן אין א פיענא באקס, יעדער וועט שטיין ביי ראדני און וויינען, קאני איז נישט דא!!! אוי, קאני איז נישט דא!!! און פליצלינג וועל איך ארויסטאנצען פון די באקס און געבן א שריי "איך לעב!!!"

[tag]יואב[/tag]'ס חתימה איז
אכציג פראצענט מענטשן זענען אויף פילען, און פון די איבריגע צוואנציג פראצענט ליידן מיר.
(הקדוש אלקנה רוטנבורג זצ"ל).


איך ווייס נישט פארוואס ער ריפט אים "הקדוש", אבער יא, קאני האט געהאט אזעלכע גיטע ווערטלעך און ער האט פיין צוגעטראפען צו דעם אמת.

רבותי, לאמיר הערן זכרונות