דורך יהודי פשוט » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 6:05 pm
איך בין אנגעקומען אויף קאווע שטיבל נישט צו לאנג צוריק און הערשט יעצט האב איך געטראפן דעם אשכול איבער ר׳ מעכל לעבאוויטש, איך האב אסאך צו זאגן, אבער איך בין נישט אזוי מסודר׳דיג ממילא בעט איך איבער דעם עולם אויב עס וועט זיין אביסל צופארן.
פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז ר׳ מעכל איז א רבי פונקט ווי אלע רבי׳ס און אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס האט ער אויך רעכט, איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין דעם נושא צו אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס ווייל דאס איז נישט דער טעמע יעצט און עס פאר לאנגע א גודל אריכות ואין כאן מקומו, נאר בנוגע ר׳ מעכל, ער איז נישט קיין פשוט׳ער שפילער וואס וויינט שיין ביי שאלעשידעס און מאכט שיין מיט די הענט ביי כל מקדש און טאנצט א שיינע מצוה טענצל, דאס אלעס שטערן נישט קיינעם אדרבה אסאך אידן האבן הנאה צו זעהן א שיינעם טיש וכדו׳ אפילו אויב עס איז געשפילט, אבער ר׳ מעכל האט מכר ווי אנדערע רבי שפילער׳ס איך האב מקבל געוועהן גאר קראנו מענטשן וואס געדענקן גאר מאדנע זאכן וואס ער פלעגט טוהן רון איין רעדן פאר זיינע בהמות אז דאס איז ענינים על פי קבלה און העכערע זאכן, לדוגמא ער פלעגט קענען נעמען אזעלכע משוגעים ווי מענדעל׳ע ווייס (אן אפגעריסענער משוגע׳נער וואס פלעגט זיך דרייען אין די גאסן און מען האט נישט געקענט שטיין אין זיינע ד׳ אמות צוליב דעם גערוך וכדו׳) און ער האט איהם גענומען אין די זייט און געשמועסט מיט איהם שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן און דערנאך פלעג ער צוריק קומען זאגן אז דאס איז עפעס א העכערע נשמה און ער האט גערעדט מיט איהם גאר הויעכע ענינים וכו׳, דאס איז שוין אינגאנצן א נייע בחינה פון שפילן און בלאפן.
יעצט צו די וואס האבן ארום גערעדט איבער זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, פרעגטס ענק אביסל נאך ביי די מונקאטש׳ער אידן וואס געדענקן איהם נאך פון ווען ער איז געוועהן דארט איין געשטעלט זיי וועלן פונקטלעך וויסן צו דערציילן איבער זיינע פיינע מידות ווי ער האט ליב געהאט אפצוטוהן א גוטן שטיקל אויף עפעס א תם וואס יענער וועט דאך סיי ווי נישט כאפן, און דער עולם וועט שטארק לאכן פון דעם גוטן שפיצל וכדו׳ אזעלכע סארט זאכן, ער האט זייער ליב געהאט אונטער צו הערן פריוואטע שמועסן פון אנדערע מענטשן, ער פלעגט קענען זאגן גראבע אפענע שקרים פאר מענטשן אין פנים אריין, פרעגטס נאר אין מונקאטש עטס העטס שוין הערן.
יעצט אחרון חביב, וואס צוליב דעם האב איך בכלל אנגעהויבן שרייבן, ווייל בעצם אינטערעסירט מיר די גאנצע זאך אין די לינקע פאה, איך האב גראדע ליב צו הערן זיינע שאלעשידעס בכיות און איך האב ליב צו זעהן זיינע שפילן (טישן), נאר היות מען האו אנגעהויבן רעדן דא איבער וואלף גוטמאן וויל איך עס נישט אזוי אדורך לאזן, נאר אביסל מסביר זיין דער ענין פון ר׳ וואלף ע״ה, ר׳ וואלף איז געוועהן א שטארקער מונקאטש׳ער חסיד, אדוק ומקושר בכל נימי נפשו צו כ״ק אדמו״ר מ׳מונקאטש שליט״א און זיך נישט גערירט אן איהם, ר׳ וואלף איז געוועהן העד קאונסלער אין מונקאטש׳ער קעמפ און דאס אז ער האט באקומען דעם דזשאב האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט ר׳ מעכל, נאר היות אז ר׳ מעכל איז געוועהן מנהל דעמאלטס האט ר׳ וואלף גע׳ארבעט אסאך מיט איהם אינאיינעם.
יעצט בנוגע דעם גביות עדות און דעם מסירת מודעה, ווען עס איז פאר געקומען די גרויסע שערוריה אנטקעגן ר׳ מעכל, האט מען פון בי״ד גערופן ר׳ וואלף גוטמאן אז ער זאל אריבער קומען אין בי״ד ווייל זיי ווילן מיט איהם רעדן, איז ער געגאנגען אין בי״ד אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, בי״ד האו איהם געפרעגט צו ער ווייסט פון דעם אז ר׳ מעכל פלעגט ארויס פארן פון קעמפ אסאך מאל ביינאכט און צוריק קומען שפעט פארטאגס, האט ער גע׳ענפערט יא ער ווייסט דערפון און ער קען עדות זאגן דערויף אז ער פלעגט אוועק פארן, ער ווייסט נישט ווי ער איז געפארן און וואס ער האט געטוהן דארט אבער ער איז עדות אז ער איז געפארן, און ער האט דערויף אפיציעל עדות געזאגט אין בי״ד וזה הוא, דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגסט זיך עס.
יעצט איבער די מסירת מודעה, ווער עס טוט אביסל אדורך דעם ענין פון דעם מסירת מודעה איז עס ממש א געלעכטער, די גוטמאן משפחה לעבט, עס קען יעדער זיין גיין פרעגן, זיי ווייסן צו זאגן פון דעם קויפמאן, אבער זיי ווייסן נישט פון אזא מעשה צו זאגן אז ער איז געוועהן מיט זייער טאטן אין פילאדעלפיע.
דער דאטום ווען דער מסירת מודעה הרט געזאגט פארקומען איז תשנ״ח דעמאלטס איז ר׳ וואלף שוין די צווייטע מאל קראנק געוועהן, ער איז קראנק געוועהן שטין איינמאל פארדעם, און נישט סתם קראנק נאר ממש על ערש דוי, אינטערעסאנט אז דעמטלטס איז איהם גארנישט בייגעפאלן אז אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ער האט געפאלגט די הלכה און עדות געזאגט אויף א זאך אויף וואס ער איז געוועהן עדות, נאך א פלא איז אז אין יאר תשנ״ט איז ר׳ וואלף געוועהן אין רימישע״ן (אזוי דאכצעך מיר אס ס׳הייסט) דאס הייסט אז די מחלה איז אוועק געגאנגען און מען דארף האלטן אן אויג פאר א שטיק צייט זעהן צו מען זעהט טאקע גארנישט וואס דאן קען מען באשטעטיגן אז ער איז פולקאם געזונט, עכ״פ אין יענע תקופה איז ער אנגעגאנגען מיטן טאג טעגליכן לעבן געהעריג, אינטערעסאנט אז עס איז איהם נישט בייגעפאלן דעמאלטס צו גיין איבערבעטן ר׳ מעכל, בפרט אז דער וועם ער האו מ׳כלומר׳שט געשיקט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט איבער געגעבן דעם שליחות, אויך איז אינטערעסאנט אז ר׳ וואלף האט יעדע קלייניגקייט אין לעבן איבער געשמועסט מיט זיין רבי׳ן דער מונקאטש׳ער רב שליט״א און פונקט דער זאך האט ער איהם נישט געקענט פרעגן צו אפשר איז ער קראנק צוליב דעם, הלא דבר הוא ???
נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.
יעצט אחרי ככלות הכל, לאמיר שוין זאגן אז די גאנצע מעשה מיט מסירת מודעה וואלט ווען יא געוועהן אמת, ווי קומט דאס צו א איד נאך דערצו איינער וואס האלט זיך פאר א רבי און א צדיק צו נעמען די נאמען פון א טייערע אינגערמאן וואס איז שוין ליידער נישט בהאי עלמא, און עס אזוי צו׳פאטשקענען און די גאסן אן דעם וואס ער זאל מברר זיין אביסל צו די מעשה קען בכלל שטימען, או דעם וואס ער זאל רופן די משפחה און רעדן מיט זיין קודם, דאס מיינט ער איז געגאנגען בכוונה און געטירנקן דאס בלוט פון אן אלמנה און יתומים און דאס אלעס האט ער געטוהן ברבים ביי א מ׳כלומר׳שטע פסח שני טיש מיט׳ן שיינעם קאלירטע בעקיטשע און ברייטן היט, און דערנאך קענען קומען מענטשן און זאגן אויף איהם צדיק און קדוש און אז ער האט אזעלכע פיינע מידות אוי לנו שכך עלתה בימינו, און אויף דעם וויינט דער נביא ״חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי״ איך האב פיינט ענקערע פסח שני טישן, ווי מען קומט זיך צוזאם כדאי מצער צו זיין אנדערע אידן אום אלעס אונטערן שליחים פונעם תורה פשוט ווייל ער וויל אז יענער זאל האבן א תיקון אויף יענע וועלט, געוואלד און געשריגן, און דאס גופא דארף נאך ארויס צו ווייזן זיינע שיינע מידות אז ער האט יעדעם מוחל געוועהן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן פני הדור כפני הכלב, איך האף אז ער וועט בקרוב תשובה טוהן און איבער בעטן די אלע וואס ער האט פארשעמט ברבים.
איך בין א נער און איך גלייב!!!