געלערנטע וואס זענען אויסגעשטיגן פון געוועזענע היימישע שטובער

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

געלערנטע וואס זענען אויסגעשטיגן פון געוועזענע היימישע שטובער

שליחה דורך וועפערייזער »

דער אשכול בין איך מייחד פאר גרויסע לייט וואס זענען ארגינעל געקומען פון פרומע אידישע שטובער, און זענען שפעטער אויסגעוואקסן ריזיג אין די אלגעמיינע וועלט. בעיקר אין די תחומים פון חכמה. דענקער, הומאניסטן און אזוי ווייטער.
אין פיליזאפיע ליטעראטור, ארט, אדער סייענס וכדומה. אין יעדן פעלד פון טאלאנט.
Spinoza (1).jpg
Spinoza (1).jpg (5.51 KiB) געזען געווארן 2189 מאל

1) קודם ראש וראשון. מ'האט שוין אמאל גערעדט פון איהם ברוך שפינוזה, פון האלאנד. איבערגעלאזט די ישיבה פון מנשה בן ישראל, ביי די 18 און אויסגעוואקסן פון די גרעסטע פיליזאפן, אזש אליין אויסגעטרויטן א נייע וועג אנצוקוקן דער מושג פון גלויבן אין גאט.

2) יהושע הלורקי, געלעבט אין 15 הונדערט. שפאניע, געווען א תלמיד פון ר' שלמה הלוי מבורגוס (וואס האט זיך אויך געשמד'ט בעפאר אים) און נאכ'ן שרייבן זיך בריוו מיט איהם ווי ער טרייט איהם איבערצוצייגן צוריקצוקומען, האט ער זיך אויך געשמד'ט און ער איז אויסגעוואקסן שפעטער די פריוואטע דאקטער פון פויפסט בענדיקטוס דער 13'טער. ער האט אויך געפירט שפעטער גרויסע וויכוחים מיט די אידישע גדולים. רבי שלמה אבן ווירגה ברענגט אים אראפ. ער האט נאך זייענדיג פרום געשריבן ביכער אויף היילבארע געוואוקסן,
Hayyim_Nahman_Bialik_1923.jpg
Hayyim_Nahman_Bialik_1923.jpg (17.73 KiB) געזען געווארן 2189 מאל

3) ביאליק, געלערנט אין וואלאזשינע ישיבה, און שפעטער געווארן פון די משכילישע קליקע, און נאכדעם זיך געצויגן קיין אדעסע. ער איז אויסגעוואקסן א ריזן מומחה אין כתיבה און אינספירירט אסאך נאך איהם.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר