הרב אשר לעווין

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

הרב אשר לעווין

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ראשעקאל האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:וואלט איינער געקענט באשרייבן דעם בעל כשרון וספרא רבה ועסקן נמרץ,פה מפיק מרגלוית,הרב לעווין? ווי קומט ער שטאט? משפחה? יארן ?

[tag]מאראנצןזאפט[/tag]



ער הייסט יואל אשר לאבין. באקאנטער פיגור אויף 13 עוו. און יוסיס סוויט האוז, מיט א קליין אויסגעפליקטן רויטן בערדל, זיינע בילדער פיגורירן לעצטנס אויף די ערשטע זייט פון דער שטערן פון צייט צו צייט, צומאל מיט א דאשיק. פאר דער ענגלישער זמן האט ער צוגעשטעלט מוחין דאחוריים.
ער איז א בנש"ק מיט שווארצע זאקן, זיין פאטער איז דער בעל החרדים ובעל החבורה, און איז אן איידעם ביי הרה"צ מדזשיקוב בזיווג"ר.
ער איז בערך 28 יאר.
כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן לכבודו פאסיגע הערכה ווי ס'פאסט זיך פאר אזא געערטן און טאלאנטפולן שריפטשטעלער, אבל עתי ועטי אין בידי כעת, ואולי עוד חזון למועד.
זיין ערשטע פובליק ווערק איז מן הסתם ס' חכמת שלמה, כתבים פון א ראש ישיבה בישיבת שערי יושר. מ'קען עס קריגן אויף היברו בוקס. די ארבעט פון הרב לעווין דארט איז זייער שיין, ספעציעל אז מ'נעמט אין אכט אז מ'רעדט דאן פון אן אמאטויר.
ער פלעגט שרייבן פאר דער בליק און צייטשריפט, הייינט האט ער צוויי קאלומס אין דער שטערן.
זיין לאנגן מאמר אין הפעמון איבער ליבשאפט פאר א גוי, האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי מאנכע. רבי בנציון ליפשיץ זאגט אז מ'טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין. ולעומתו האט עס זוכה געווען צו לויב ביי אנדערע און אפילו א לינק צו סקריבד פון רבינו לעיקוואד.
ער האט א געוואלדיגן פעדער. כאטש ער האלט זיך נישט שטרענג צו די כללי הגראמאטיק איז זיין שפראך פארהעלטניסמעסיג ריין.
ס'לאזט זיך גלייבן אז ער איז אן אפטער באזוכער דא, אבער אין פאקט קען קיינער נישט אנצייגן ווער ער איז. ארכיוויסט שטעלט צומאל ארויס זיינע ארטיקלען.
ער איז דער מנהל פון דרור.
ער האט פאר א שטיק צייט אנגעהויבן קריגן א סטיגמע פון א משכיל, יענקעלע כהן האט אויסגעווארפן פאשקעווילן קעגן אים אין מאנסי ווען ער איז געקומען רעדן לטובת אסורי יאפאן. למעשה האט אים זיין מנהל'שאפט פאר דרור שטארק גע'כשר'ט. דרעזנער האט אים יעדע צען מינוט אויף קול מבשר און באטיטלט אים הרה"ג צוליב וואס ער איז מכלומרשט מרבני בית תלמוד להוראה.
דרור קאסט אים זיין געזונט בידעי ומוכירו, מיט זיין גאנצע אויפגעקלערטקייט איז ער געשטאנען מיט א תמימות און געזאמלט פעטישאנס פאר צבי יהודית אין פאלי סקווער צו ראטטעוען א נפש מישראל, און ביים כינוס פאר פאר עסטרייכער. און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן ער פארדינט עפעס דערפון אויסער קאפ וויי און שלאפלאזע נעכט.
ער פלעגט האבן א קאלום אין דער שטערן אונטער פענ-נאמען יאנקל פרייליך, געשריבן מיט הומאר און סארקאסיזם צוקער זיס, און איז אונטערגעגאנגען צוליב אכשר דרא'דיגע סיבות.
דאס איז וואס איך האב צוזאגן אויף דער מינוט צו פארענטפערן בעל הבית'ס קשיא, און באמת וואלט געדארפט נאכקומען א לענגערע אנאליז איבער זיין געדאנקענגאנג, זיינע אידעלאגיעס לויט וויפיל מ'קען ארויסהאבן פון זיינע שריפטן, און זיין דרך ואופן הכתיבה, ולא עלי המלאכה לגמור.
און פאר די אלע אישי'ס וואס גייען יעצט נאכקומען. איך בין לאבין, אייזנבערגער, וועבער, זילבער, שפילמאן, ראלינצקי, און אויך ארוש פון בגן. און אודאי חידא ווייס און אויך זיין איידעם וכו'.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 141 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר