איחוד פעלד האט געשריבן:איינער רעדט דא פין דעם אז מען "דארף" גיין א בארד?
מען רעדט פין דער פאקט אז איינער אהן א בארד איז נערץ דורך גרויסע חסידישע רבי'ס אין ארץ ישראל, און ווען איך שנייד מיין בארד זאגט מען אז כ'בין א שייגעץ.
איחוד פעלד האט געשריבן:איינער רעדט דא פין דעם אז מען "דארף" גיין א בארד?
מען רעדט פין דער פאקט אז איינער אהן א בארד איז נערץ דורך גרויסע חסידישע רבי'ס אין ארץ ישראל, און ווען איך שנייד מיין בארד זאגט מען אז כ'בין א שייגעץ.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אכן נודע הדבר! מיט די אלע אויבער חכמה פון ר' בערעל דער מנהיג, איז ער נאך אלס א היימישע איד. דער מוזען געפונען א תירוץ פאר הרב כהן'ס בארד איז א קושיא שאין עליה תשובה. מ'קען ארויס נעמען דער איד פון סאטמאר, אבער סאטמאר אנטלויפט נישט אזוי שנעל פונ'ם איד. אפילו אז הרב כהן האט געדינט אינ'ם הייליגער מיליטער פטר'ט איהם נישט פונ'ם עיקר העיקרים; לאזען וואקסען א בארד.
וכידוע הפתגם פונ'ם סאטמארער רב "ביי מאנכע וועט מען פרעגען רבי איד אוואו איז דער בארד, און ביי אנדערע וועט מען פרעגען ר' בארד אוואו איז דער איד!"
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך האב דיר גוט פאר'עטנפערט דיין זהר. מ'קען נישט לערנען א זהר ווי א קיצור ש"ע. אלס האט טיפערער באדייטען און דער שפראך איז א באהאלטענע. צו זאגען אז ס'שטייט אין זהר אז מ'דארף גייען א בארד איז נעריש. פונקט ווי נאכזאגען א גמרא אן רש"י.
ב. דאס האב איך געמיינט. למעשה נאך דיין גאנצע זיך אויסוואשען פון סאטמאר, ביסטו פארט א סאטמארער. קענסט זיך מאכען פאר א ציוני, אבער א סאטמארע ציוני.
(ס'דערמאנט מיר פון דער יששכר כ"ץ. ער איז אנטלאפען פון סאטמאר, נאר ווען ער שלאגט זיך מיט א ישיבישע ראביי נעמט ער זיך רעדען רומעניש-פויעריש אז מ'וואלט געקענט מיינען אז מ'איז נאך אין שוויצ-באד אין וומסב"ג)
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט