אזוי ווי רוב פון מיינע מיינונגען אויף רבנים זענען געווענליך מעהר ווייניגער אויף די נעגאטיווע זייט און מעהר בייסיג געשטימט, פיהל איך אז מ'דארף אמאל זאגן עפעס פאזעטיוו אויך אז מ'געפינט שוין יא א פערזענליכקייט אינערהאלב אונזערע רייען וואס פירט זיך אויף מענטשליך און יושר'דיג, און היות איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן א פרשה ווי איך האב מיך פערזענליך באקענט מיט הגאון הרב גבריאל ציננער שליט"א צום ערשטען מאל און איך האב מיט אים אביסל פארברענגט און געשמוסט אפאר מאהל אין די לעצטע פאר וואכן, און וואס מעהר איך האב מיט אים פארברענגט בין איך מעהר נתפעל געווארן פון אים צוליב אפאר סיבות:
1) זיין שארפע תפיסה און זיין גוטע קאפ
2) זיין גרייטקייט צו העלפן אנדערע און זיין איבערגעגעבנקייט
3) זיין שכל הישר און פראקטישקייט
4) זיין ענוה און זיין צוגעלאזנקייט
5) וע"כ בין איך געוועהן סופרייזט פון זיין אפען מיינדנעס, ער ערלויבט זיך צו גיין "אוט אוף די באקס" און ער איז ווייט פון פאנאטיש אקעגן די היינטיגע חרדי'שע מעינסטרים רבנים.
איך האב אים בכלל נישט געקענט פאר די פרשה און איך גלייב שווער אז איך וועל נאך עפעס האבן מיט אים, הגם ער האט מיר געגעבן זיין נומבער און ער האט מיר אפאר מאל געזאגט אז איך זאל אים רופן עני טיים, גלייב איך נישט אז איך וועל האבן עפעס א ספעציעלע שייכות מיט אים אדער ווערן יעצט אויף דער עלטער א נטעי גבריאל חסיד, פיהל איך נאך אלץ אז ס'ווערד דאס מיט צוטיילן מיטן חשובן ציבור שותה קאווע מיין פערזענליכע גוטע עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט אים.
און יעצט אז כ'האב מיך אביסל באקענט געמאכט מיט אים וואלט מיר געוועהן היפש אינטערסאנט צו וויסן מעהר וועגן זיין בעקגראונד און פון ווי ער שטאמט, און עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געהאט עפעס א מחלוקה מיט פאפא, וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען?
זעט אויס אז איך וויל מוזן ווארטן מיט געדולט אויפן נעקסטן חאלהאמויד אז מורנו הרב מאראנצנזאפט זאל זיך מרחם זיין אין די מערצעהעשעם נעקסטע קאווע שטיבל'ס אויסגאבע

און פארשטייט זיך ס'וואלט געוועהן אינטערסאנט צו הערן די מיינונג פון די חכמי השטיבעל איבער אים, און פון די וואס קענען אים לענגער און בעסער צו עס איז טאקע אזוי שיינענדיג...