בלאט 1 פון 1

הגה"צ ר' אהרן צבי רומפלער (שליט"א) ז"ל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:21 pm
דורך הערשל
הגה"צ ר' אהרן צבי האט געוואוינט אין אדמת אמעריקע ביז עטליכע יארן צוריק, און דערנאך געמאכט עלי' צום ארץ הקודש וואו ער פירט אן א קהילה גערופן מיטן נאמען תהלות ישראל.

איך ווייס נישט קיין פרטים אויף אים, נאר וואס האט מיר ערוועקט ארויפצוברענגען זיין נאמען איז דער גליון וואס זיינע חסידים געבן ארויס מזמן לזמן " פנימי בלתי מוגה" און דארט האט מען געקענט ליינען זיינע פשט'לעך און תורה'לעך.

די וואך איז מיטגעקומען א שטרענגע ווענדונג צום ציבור הרחב אז היות דער מכון אור ישראל וואס געט ארויס די אלע קונטרסים און ספרים זייט יאר תש"ס ביז היינט און עס פארטיילט בחינם אבער די לעצטע צייטן זענען די הוצאות און חובות געוואקסן למעלה מראש האבן זיי אויפגעגעבן פון עס ארויסגעבן לרבים.

איז געקומען א איד וואס האט נישט געקענט צוזען אז די הייליגע תורות זאלן מער נישט פארשפרייט ווערן און איז אריין אין א שטארקע מלחמה מיטן ס"א וואס האט געארבעט מיט שווערע כוחות און מיט עקבתא דמשיחא געווער און האט געוואלט פארקלאפן דאס שיין און אור פון הגה"צ אב"ד תהלות ישראל שליט"א און דער איד דער מזכה הרבים האט זיך אונטערגענומען דאס גאנצע עול פון די הוצאות און האט אנגעהאלטן דאס זיכוי הרבים פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס ליינען עס וועכנטליך און וואס "האבן נאכנישט געטראפן אין די גאנצע וועלט אזא יהלום" וכו' וכו'

צו מאכן א לאנגע בעטנדיגע ווענדונג קורץ: דער איד ברויך געלט עס אנצוהאלטן!

ווער קען אביסל מיטטיילן איבער דעם פערזענליכקייט פון דעם רב/רבי שליט"א איז מכובד צוצולייגן.