מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן

שליחה דורך אפטעמיסט »

מרדכי ואנונו (וואנאנא) איז געבוירן געווארן צו פרומע אידישע עלטערן אין מאראקא, אין יאר 1954.
זייענדיג אלט ניין יאר האבן זיינע עלטערן עולה געוועהן קיין מדינת ישראל, זיך באזעצט אין די שטאט באר שבע און געשיקט זייער זין מרדכי לערנען אין די מזרח'יסטישע שולע 'בני עקיבא'. נאכן ענדיגן זיין מיליטער דינסט איז ואנונו אריבער ארבעטן אין מדינת ישראל'ס אטאם פעסטונג אין שטאט דימונה. ווען זיינע אויבערהארן האבן זיך דערוויסט פון זיין ראדיקאל- לינקע פאליטישע השקפות האבן זיי אים אפגעזאגט פון זיין אמט. זייענדיג אויפגעברויזט ביז גאר האט ואנונו גערייזט קיין אירופא און זיך געטויפט צו נצרות רח"ל. אין אירופא האט ואנונו זיך באקענט מיט א זשורנאליסט פון די 'סאנדעי טיימס' און דער לעצטער האט איבערצייגט ואנונו אים צו פארקויפן די נוקלוארע סודות פון מדינת ישראל, און בילדער וואס ואנונו האט אומלעגאל געכאפט פון די 'כור' אין דימונה. ואנונו איז איינגעגאנגען דערויף און אין אקטאבער פון יאר 1986 האט די 'סאנדעי טיימס' פארעפענטליכט די סודות וואס ואנונו האט זיי פארקויפט.
מדינת ישראל איז פארשטייט זיך נישט געבליבן שולדיג, און האט געשיקט 'מוסד' אגענטן פארכאפן דעם פארעטער. אין א געוואגטע אקציע, וואס איז פארבליבן א געהיימעניס עד היום הזה, האבן מוסד אגענטן פארכאפט ואנונו אין לאנדאן, אים געפירט קיין רוים און פון דארט אפגעברענגט קיין מדינת ישראל, וואו ער איז אריבער א משפט און פאראורטיילט געווארן צו 18 יאר טורמע.
מרדכי ואנונו האט געטוישט זיין נאמען צו 'דזאן קראסמאן' און וועט פאראייביגט ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל אלס בוגד און פארעטער וואס האט פאראטן זיין פאלק, פארקויפט זיין נשמה און פארלוירן ביידע וועלטן. שם רשעים ירקב.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר