משה רבינו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

משה רבינו

שליחה דורך אפטעמיסט »

משה רבינו איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן עמרם און יוכבד אין יאר ב' אלפים תפ"ח (2488). רבינו ווערט פאררעכענט אלס איינע פון די גרעסטע נביאים וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט, און איז מערסטענס באקאנט פאר זיין ראלע אין שפאלטן די ים און אויסלייזן די אידישע פאלק פון פרעה'ס הערשאפט אין מצרים. משה איז געוועהן א ברייט ביינערדיגער מענטש, הויך בערך צוואנציג פוס (נדרים לח. שבת צב.), און האט גע'הרג'ט א מצרי וויבאלד דער לעצטער האט געשלאגן א איד. די מארד פון דער מצרי האט אויפגעברויזט פרעה, און משה איז געצווינגן געווען צו אנטלויפן פון מצרים. ער איז אנטלאפן קיין מדין וואו ער האט געהייראט זיין פרוי צפורה- די טאכטער פון יתרו, און געבוירן צוויי זון, גרשום און אליעזר.
ווען גאט האט באפוילן משה צו באפרייען די אידן פון מצרים, האט משה פרובירט זיך אפזאגן מיטן אויסרייד אז ער איז א כבד פה, אבער גאט האט אים באפוילן דאס צו טון, און געשטעלט זיין ברידער אהרן זאל דינען אלס זיין ווארטזאגער.
אלט זייענדיג ניין און זיבעציג יאר, איז משה צוריק אנגעקומען קיין מצרים און געברענגט די צען מכות אויף פרעה און די עגיפט'ישע פאלק, וואס האט אין די ענדע געפירט צו דער צוזאמפאל פון די צוויי הונדערט און צעהן יאר אידישע-קנעכטשאפט אין לאנד מצרים.
משה רבינו איז נסתלק געווארן אין דעם זעלבן טאג פון זיין געבורטסטאג, ז' אדר, אין טיפן עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר, און איז באערדיגט געווארן דורך גאט אויף אן אומבאקאנטע ארט.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר