הרה"ח ר' מנחם משולם שטארק ז"ל הי"ד

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

הרה"ח ר' מנחם משולם שטארק ז"ל הי"ד

שליחה דורך שעפטל »

אין די לעצטע פאר טאג, און ווי ס'קוקט אויס וועט זיך עס נישט אזוי שנעל ענדיגן... האט מען אראפגעמאלן ר' מנחם משולם ע"ה הי"ד בן ר' ישראל שטארק הי"ו אלס גאר א שלעכטער מענטש... וואס האט ליידער אראפגעזיגעלט כלל ישראל זייער ביטער, נאכדערצו אז אויף בלאגס און טאבלוידס קאמענטירן מענטשן זייער שלעכט קעגן אים און קעגן אידן, און ס'ארגסטע פון אלעמען איז נאך אז ס'דא ליידער זייער אסאך מענטשן וואס שיקן ארום נאר יענע לינקס און מעסעדזשעס. דעריבער לאמיר כאטש ברענגן די אנדערע זייט פון די מטבע אויך. וועט אמאל זיין קינד אריינבלאנדזשענען דא, זאל ער כאטש זעהן אז ס'זענען געווען אסאך מענטשן וואס האבן אויף אים אויך געהאט אסאך קאמפלימענטן.

איבער ווער ער איז און ווער זיינע עלטערן זענען, ווי ער האט געלערנט וכו' וכו' וועלן מיר לאזן דער איד און בלאט באשרייבן...

דא וואלט ווען געווען פאסיג צו באשרייבן אייגענע עפיזאדן צו לייגן לינקס פון אנדערע פלעצער (און אפשר גאר דער גאנצער ארטיקל אויך - פאר די וואס קענען נישט דארט ארויפגיין) וואס ברענגט ארויס די גוטע מעשים וואס ר' מנחם האט געטוהן.

זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר זיין ווייב און קינדער, די גאנצע משפחה, חבירים וידידים און גאנץ כלל ישראל. שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר