בד"ה: המגיד מישרים הגאון רבי יענקעלע גלינסקי ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

בד"ה: המגיד מישרים הגאון רבי יענקעלע גלינסקי ז"ל

שליחה דורך שעפטל »

ברוך דיין האמת: יעצט איז נפטר געווארן דער באקאנטער מגיד מישרים הגאון רבי יעקב (יצחק) גלינסקי זצוק״ל, וואס מ'האט גערופן בלשון חיבה "רבי יענקעלע", אין עלטער פון 93 יאר.

רבי יענקעלע איז געבוירן אין יאר תרפ"א, צו זיינע עלטערן ר' אברהם צבי און דבורה גלינסקי, אין שטאט קרינק וואס איז אין פולין.

ער האט געלערענט אין בית יוסף נובהרדוק אין ביאליסטוק ווי דער ראש ישיבה איז געווען הרב אברהם יפה'ן, דער איידעם פונעם "סבא" פון נובהרדוק.

אין יאר תש"א איז ער פארטריבן געווארן קיין סיביר צוזאמען מיט אנדערע הונדערטע בחורים

נאכן צווייטן וועלט קריג האט ער חתונה געהאט צו זיין רביצין, הרבנית צביה ברוד, די טאכטער פון ר' חיים בנימין הלוי ברוד, א ברסלב'ע חסיד. און אין יאר תש"י איז ער ארויפגעגאנגן וואוינען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין בני ברק.

ר' יענקעלע איז געווען א באקאנטער מקורב ביים חזון איש און ביים סטייפלער גאון נבג"מ. און האט געדינט אלס א ראש ישיבה אין ראש העין. אזוי אויך האט ער אסאך געטוהן פאר די תימענע אידן וואס זענען ארויפגעקומען קיין א"י שפעטער האט ער געדינט אלס ראש ישיבת נובהרדוק אין חדרה, צוזאמען מיט הגאון הרב אלחנן פערלמוטער.

איבער אלע יארן איז רבי יענקעלע באוויסט געווען אלס א בארימטער מגיד, ווי ער פלעגט ארומפארן און האלטן דרשות, בעיקר אויפן נובהרדוק'ער וועג, מלא מוסר, מיט גאר אינטערסאנטע קראנטע מעשיות און הערליכע משלים, און היינט ניצן טאקע צענדליגע בעלי דרשנים גאנצעטע מאמרים און משלים וואס ר' יענקעלע פלעגט זאגן.

בערך דריי יאר צוריק האט מען ארויסגעגעבן די ספרים "והגדת" אויף חמישה חומשי תורה ומועדי השנה, וואס ענהאלט דרשות, סיפורים ומשלים פון ר' יענקעלע'ן.

היינט כ"ב בשבט תשע"ד, איז אלעס געקומען צו אן ענדע, ווען ר' יענקעלע איז נפטר געווארן אינעם בית החולים מעייני הישועה‏.

ער האט איבערגעלאזט זיין עלסטע טאכטער, אשת הגאון רבי חיים ברמן, פון די ראשי ישיבת פוניבז'. ער האט פארלוירן צוויי קינדער בחייו.

תהא נשמתו הגדול צרורה בצרור החיים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר