רבי שלום בוזגלו, מח"ס מקדש מלך - ח"י אייר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

רבי שלום בוזגלו, מח"ס מקדש מלך - ח"י אייר

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגה"ק המקובל אלקי רבי שלום בוזגלו איז געבוירען געווארען אין מרקש וואס איז א שטאאט אין מאראקו. ער איז געוועהן מתלמידיו המובהקים פון המקובל אלקי רבי אברהם אזולאי בעל חסד לאברה. אין ער ווערט גערעכנט ווי איינער פון די גרעסטע מחכמים אין מקובלים אין מרוקו. ער האט מחבר געוועהן ספרים בעניני קבלה, זיין מערסטע באוויסטע ספר איז דער ספר הקדוש 'מקדש מלך' אויפן זוהר הקדוש. שפעטער אין לעבען איז ער געווארען א מורה הוראה אין לאנדאן, ונפטר בשנת תק"מ ושם מנוחתו כבוד.

רבי אייזיק'ל קאמארנע שרייבט אין ספה"ק היכל הברכה (בראשית דף ל"ב ע"ב) ...ובספר מקדש מלך תלמודו, פירוש שלו הוא פירוש טוב, וכן כל ספריו הם קודש, וראויין ללמוד בהם.

דער קאמארנא שרייבט טאקע אויף איהם אין א אנדערע פלאץ (זוהר חי ח"ב): "אדונינו הקדוש מקדש מלך שכל דבריו ברוח הקודש נאמרו, עמוק עמוק. וכעין זה שרייבט ער (בחלק ד' דף רנ"ה) אדונינו המקדש מלך וכל פירושיו דלשם ברוח הקודש נאמרו, מתוקים מדבש, עמוד עליהם אחי.

דער מנחת אלעזר זאגט בנוגע דעם ספר הקדוש מקדש מלך אז "כולי עלמא מודי. וקדוש יאמרו לו, ובודאי קים ליה בגויה, דמה שהביא בספרו מקדש מלך [מהספר חמדת הימים], הוא ידע שאינו מהפסולת וסיגי תערובות, רק מהאוכל טהור ונקי.

ער שרייבט ווייטער אז ער האט געהערט פון 'מגידי אמת' וואס האבען נאך געקענט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב, אז רבי הערש'עלע זידטשובער פלעגט לערנען זוהר הקדוש מיטן פירוש 'מקדש מלך', אבער ווען ער איז אנגעקומען צו א פלאץ ווי דער מקדש מלך ברענגט דעם 'חמדת הימים', האט ער אויס געלאזט אדער דעם דיבור המתחיל אדער דער גאנצע ענין. אין ער האט געזאגט: "בהדיה הוצא לקה כרבא". אין ער פלעגט דאס מרמז זיין אין זיינע ספרים.

דער עטרת צבי פון זידיטשוב שרייבט אז ווען דער 'מקדש מלך' ברענגט "בשם ספר פלוני", מיינט דאס טאקע דעם חמדת הימים.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
רעאגיר