הרב שמואל קיש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

הרב שמואל קיש

שליחה דורך חקרן »

זיצט אין מאנטרעאל א בחור, א בחור כהלכה, א חשוב'ע בחור וואס זיצט און לערנט פלייסיג... פעלן פעלט פאר דעם בחור גארנישט, זיין טאטע האט געלט און העלפט ארויס זיין בחור'ל זאל קענען לערנען. זיצט ער טאקע און איז עוסק בהוויות דאביי ורבא יומם ולילה, נישט זייענדיג מפסיק בלימודו.

אונזער תלמיד-חכם וואקסט אויף, לערנט אין די גרויסע ישיבות אין ארץ-ישראל, סלאבאדקע, מיר און נאך. אין ארץ-ישראל לערנט ער תורה און חכמה מפי גדולי ישראל, ער ווערט עלטער, אבער זיין פאטער איילט זיך נישט מיט א שידוך, ער זוכט פאר זיין בחור א כלי, עפעס א באמבע, ער קען זיך נישט ערלויבן צו פטר'ן זיין זוהן פאר סתם א מיידל. אינצווישן קומט דער בחור צוריק אויף מאנטרעאל און איז עוסק בבתי מדרשות ובתי כניסיות בתורה ובהלכה, לשמחת לב הוריו.

אבער דא איז פלוצלינג עפעס געשען.
דער בחור האט אנגעהויבן פראווען... פשוטו כמשמעו. א בחור פון דרייסיג יאר אלט, און האט אנגעהויבן ווייזן וואונדער. געזאגט האט מען אז ער האט זיך אריינגעלייגט בתורת הסוד, א זאך וואס שטימט למעשה מיט דער מציאות, נאך וואס ער האט אנגעהויבן נאכצוזאגן גאנצע שטיקער תורות מיט העכערע זאכן. ער האט אנגעהויבן מקרב זיין יונגעלייט, בחורים, אנגעהויבן געבן עצות און הדרכות, זאגנדיג עתידות און ווייזנדיג וואונדער. צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן צו פארמירן א שטיקל באוועגונג ארום אים, אפילו אן אייגן מנין האט ער זיך ארגאניזירט ביי זיין טאטע'ן אינדערהיים. פאר טייל פון זיינע אנהענגער האט ער אנגעוויזן אז זיי זאלן זיך אפשאקלען פון די קהילות וואו זיי זענען געווען מקושר ביז לעצטנס, א זאך וואס האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע אידן, און האט גורם געווען אז מען זאל אים ארויסווארפן פון עטליכע בתי-מדרשים, פארשטייט זיך אז די קאנקערענץ קהילות האבן אים צוליב דעם מקרב געווען.

אזוי איז געווארן א גערידער ארום אים, בשעת ער טיילט ברכות פון איין זייט און שעלט זיינע מתנגדים פון די אנדערע זייט. אבער אינצווישן זעצט ער פאר עוסק צו זיין בתורה ובעבודה, און ווייזט מופתים. דער טאטע זיינער מאכט דערפון א שטיקל ביזנעס, בעטנדיג פון זיינע זוהנ'ס באזוכער שיינע סומעס געלט, און אידן וועלכע נויטיגן זיך אין ישועות לאזן זיך קאסטן דערפאר.

אזוי האלט אן די זאכן עטליכע יאר, ביז איין שיינעם טאג הערט מען דער מזל טוב, ער איז געווארן א חתן אין א שיינע רבי'שע משפחה, און ער גרייט זיך צו פארלאזן מאנטרעאל און גיין וואוינען אויף ארץ-ישראל.

חתן דינן האט חתונה געהאט, אויפגעשטעלט זיין שטוב אין ארץ-ישראל.

זינט דעמאלס האט מען גארנישט געהערט פון אים.

ווייסט איינער וואס מיט אים איז געווארן?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר