ביל א'ריילי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

ביל א'ריילי

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מיסטער ביל א'ריילי איז א באקאנטער פיגור אין די מידיע וועלט ער איז דער נומבער איינס קעיבעל טעליוויזיע פרעזענטירער איבער אמעריקע. זיין שוי קומט פאר יעדע נאכט פריים טיים אויף דעם נומבער איינס קעיבלע סטאנציע 'פאקס נייעס', איבער 5 מיליאן וואטשן זיין שוי יעדע נאכט. זיין שוי איז אזוי פאפולער אז אפילו די רי-ראן פון זיין שוי וואס קומט פאר יעדע נאכט צוויי שעה דערויף (11) ביעט אלע אנדערע קעיבעל סטאנציעס'ס לעבעדיגע שוי'ס!

אריילי שטעלט זיך אהער ווי אן אינדעפענדענט, זיין שוי איז טאקע די ווייניגסטע רעכט גענויגטע אויף פאקס ווען מ'פארגלייכט עס צו אנדערע שוי'ס א שטייגער ווי הענעטי. ס'איז טאקע נישט דא איבעריגע פריינטשאפט צווישן די צוויי אפילו זייערע שוי'ס זענען געווען איינס נעבן צווייטן יארן (היינט שוין נישט), זיי דערמאנען זיך קיינמאל נישט ביים נאמען. בכלל איז ער פערסאנע נאן גראטע צווישן רוב גרעסערע ראדיא האוסט'ס וואס פארגינען זיי אים נישט אז ער האט די מערסט סוקסעספולע שוי אויף קעיבל טי ווי און איבער אלעם אז ער האלט זיך נישט פאר 'הארט קאר' רעפובליקאנער אידעלאג.

מיסטער אבאמא האט נישט ליב פאקס נייעס ווי פארשטענדליך, פאר אריילי אבער וועט ער צו ווארפן א אינטערוויו דא און דארט. יעצט ביים סופער באלל האט אריילי אינטערוויאד אבאמא ביפאר'ן געים. אריילי האט געשטעלט שווערע פראגן און ווי א הארטער געלערנטער פעיר ענד בעלענסד דזשורנאליסט קיינמאל נישט א שמייכל געווארפן צו אבאמא אפילו ווען אבאמא האט פרובירט צו זיך וויצלען.

ראש לימבא האט אויך נישט עקסטרע ליעב אריילי. אריילי האלט נישט אז די רעכט גענויגטע אידיעלאגן טון עפעס א 'סערוויס' פאר אמעריקע. ער רעספעקטירט לימבא, ער האלט לימבא פאר א סוקסעספול אינטערטעינינג בראודקעסטער און ער האט זיך אנגענומען פאר לימבא ווען ער האט געהאט זיינע דראג פראבלעמען.

ווען לימבא איז געווארן האלב טויב האט אריילי געמיינט אז ער איז דערנאך און ס'צייט פאר אים איבערצונעמען לימבא'ן... ער איז טאקע אריין אין טאלק ראדיא און צוליב זיין נאמען רעקאגנישן איז אים גרינג אנגעקומען צו האבן 400 סטעשענ'ס צו טראגן זיין צוויי שעה'דיג'ן פראגראם אויך פון 12 ביז 2 נאכמיטאג. זיין שוי האט אבער קיינמאל נישט אויפגעכאפט, ער האט שנעל איינגעזען אז צו זיין סוקסעספול אויפ ראדיא מוז מען זיין אן אידיעלאג... אדער כאטש אינטערטעינינג אין אזא אינטימעט מידיום. זיין שוי איז אנגעגאנגען פון 2002 ביז 2009 און האט געהאט ארום דריי מיליאן צוהערער א וואך.

זכותו יגן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר