הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל

שליחה דורך שעפטל »

היינט (פאר די וואס האלטן אויך אדר א'...) כ"א אדר געפאלט אויס די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.

דער רבי רבי אלימלך איז געבוירן געווארן בערך שנת תע"ז צו זיין טאטען רבי אליעזר ליפמאן ווייסבלום זצ"ל, און זיין מאמע מרת מירל (טייל זאגן אז זי האט געהייסן גיטל). ס'איז באקאנט (און ווערט געברענגט אין מאור ושמש פרשת מסעי) אז דער רבי ר' אלימלך פלעגט אריין לייגען די הענט אין פייער ביז זיי זענען ממש פארברענט געווארן, כדי תשובה צו טאן אויף דעם וואס ער האט געקלאפט די מאמען און מצער געווען מיטן וויינען וכדו' ווען ער איז נאך געווען א פיצל קינד...

זיין עלטערע ברודער הרה"ק הרבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע האט אים געברענגט צום רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע און איז געווארן מגדולי תלמידיו. דער רבי ר' אלימלך איז אין זיינע יונגע יארן ארומגעפארן אין פילע שטעט צוזאמען מיט זיין ברודער דער רבי ר' זושא , און האט אויף פארשידענע אופנים געמאכט פילע בעלי תשובה.

נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן ר' בער זי"ע האט רבי ר' אלימלך ז"ל געוואוינט אין ליזענסק, וואו עס האבן זיך מסתופף געוועהן בצלו כמעט אלע שפעטערדיגע צדיקי הדור, און כמעט אלע רביים פון פולין גאליציע זענען געוועהן מתלמידיו און תלמידי תלמידיו.

ער איז נסתלק געווארן כ"א אדר (שנה פשוטה) שנת תקמ"ו ומנ"כ בעיר ליזענסק.
ליזענסק.JPG
ליזענסק.JPG (36.75 KiB) געזען געווארן 2192 מאל

ווייניגער ווי א יאר נאך די הסתלקות איז ערשינען זיין הייליגער ספר "נועם אלימלך". אויך איז דא פון אים דער "צעטיל קטן" און "אגרת הקודש" און די "תפלה קודם התפלה".

לויט געוויסע מקורות האט רבי ר' אלימלך געהאט צוויי ווייבער.
    בזוו"ר, מרת שפרינצא, בת רבי אהרן רוקח זצ"ל
    בזוו"ש, מרת גיטל, בת רבי יעקב מרגליות זצ"ל

ס'דא חילוקי דעות וויפיל קינדער דער רבי ר' אלימלך האט געהאט... די זענען אויסגערעכענט צו זיין פון זיינע קינדער:
    הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זצ"ל
ר' אלעזר מ'ליזענסק.jpg
ר' אלעזר מ'ליזענסק.jpg (56.01 KiB) געזען געווארן 2192 מאל

    הרה"ק רבי אליעזר ליפא מחעמעלניק - בעמח"ס אורח לצדיק זצ"ל
    הרה"ק רבי יעקב ממאגלניצא זצ"ל (מען האט אים גערופן ר' יעקב רויטמאן)
    א טאכטער לאה גיטל
    א טאכטער מירל (מיריש) - חתונה געהאט צו הרב ר' אליהו און זיי האבן געוואוינט און רימונוב (טייל זאגן אז בזיוויג ראשון האט זי געהאט חתונה געהאט צו הרב ר' שמואל צורף)
מיריש בהרה''ק מ'ליזענסק.JPG
מיריש בהרה''ק מ'ליזענסק.JPG (119.63 KiB) געזען געווארן 2192 מאל

    א טאכטער אסתר עטיל - חתונה געהאט צו הרב ר' ישראל אלבום און זייער חתונה איז שוין געווען נאך די פטירה פון ר"ר אלימלך.

זיין טאטע ר' אליעזר ליפמאן האט געהאט פיר זוהן און לויט מקורות האבן זיי געהאט דריי טעכטער (איין טאכטער איז געווען די באבע פונעם בני יששכר)
    ר' זושא מהאניפולי
    ר' אלימלך מליזענסק
    ר' אברהם (געווען א דאקטער אין קעניקסבערג)
    ר' נתן (המכונה שיף) מסטיטשין

יעצט קען/זאל יעדער צולייגן פרטים וואס ער ווייסט און אזוי אויך עבדות פונעם הייליגן רבי זי"ע, אזוי כאטש אויפן אנגענומענע יארצייט אין אדר ב' וועט שוין דא זיין א דבר השלום...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר