דורך שבת אחים » פרייטאג יוני 24, 2016 2:05 am
איך האב געפרעגט מיין טאטע, ער איז געוועהן איינער פון ר׳ יודלע׳ס נאנטע מענטשען און אים גאר גיט געקענט, און ס׳האט זיך אריינגעצויגן אין א לאנגע שמועס
און דעס איז די תוכן בערך.
ר׳ יודלע האט שטארק געליטן אויף דער עלטער אויף צוקער און ער האט געהאט שטארקע קאפ וויי, זיין גאנצע קאפ פלעגט זיין שטארק ארומגעבינדן (אזויווי מ׳קען זעהן אויף די בילדער) ער פלעגט ממש נישט קענען געהעריג זעהן, און אמאל איז געקומען אסאך מענשטען צו אים און נאכן דאווענן זענען זיי געגעאנגען נעמען שלום און איינער סנה פון ירושלים איז פונקט דעמאלס אריינגעקומען מיט זיין ווייב און ווען ער האט געגעבן שלום עליכם האט ר׳ יודלע אויך אויסגעשטרעקט די הענט צו זיין ווייב בטעות מיינענדיג אז דעס איז א מאן, און געוויסע קנאים אין ירושלים האבן געוואלט מאכן א מעשה דערפון, אבער נישט פארדעם האט ער זיך געדארפט ציען קיין לאנדאן נאר וועגן זיין געזונט, ער איז געוועהן זייער קראנק אויף די עלטער און ער האט געוואלט זיין נעבן ד״ר אדלער.
מ׳האט פארציילט פאר ר׳ מאטעלע די מעשה מיט סנה און ער האט עס אוועקגעמאכט און זיך אויסעלאכט דערפון.
אויב וואלט ר׳ יודלע געוואלט וואלט ער געקענט זיין פון די גרעסטע רבי׳ס אין דער וועלט, ער האט אבער נישט געוואלט קיין שום רביס׳טיווע, ער איז געוועהן א גאנץ לעבן פארנומען מיט טוהן חסד פאר אידן, ער איז געוועהן א שארפער וואס האט נישט געקענט פארליידן קיין פאלשקייט און זיך געקאכט אינעם אמת, ער איז געוועהן א קדוש- יעדער האט געהאלטן פון אים פון אלע קרייזען, די קנאים און די נישט קנאים צוגלייך, ער איז געוועהן א געוואלדיגע עובד השם א מתמיד עצום און א ריזיגע תלמוד חכם א גרויסע גאון, ער האט זיך געקאכט אין חת״ס, ער איז קיינמאל נישט געוועהן אריינגעטוהן אין קיין שום גשמיות און בכלל נישט נהנה געוועהן פון דער וועלט. ער איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פון זיין זיידן דער אהבת ישראל זצ״ל און פון זיין שווער/פעטער דער אמרי חיים זצ״ל וואס ער האט מקבל מרות געוועהן פון אים בשעת זיי זענען אנטלויפן פון די נאציס ביי די קריג כיודיע, זיין נענטסטע ידיד איז געוועהן ר׳ מנחם מונדר זצ״ל מקאסוב-ירושלים.
ווען ער איז אוועק האט ר׳ מוישלע וויזניצער געהייסן רופן קיין לאנדאן אז מ׳זאל אים ארויפברענגען קיין ארץ ישראל און לייגן אין בני ברק אין די וויזניצער אוהל לעבן זיין זיידן און שווער, אבער היות ער האט נישט געהאט קיין קינדער און סאיז נישט געוועהן קיין צוואה האט זיין גבאי ר׳ שלמה טוסיג נ״י גערופן ר׳ מאטעלע פרעגן ווי מ׳זאל אים לייגן, ר׳ מאטעלע האט אבער נישט געוואוסט אז זיין ברודער האט שוין פארדעם געהייסן אז מ׳זאל אים ברענגן קיין בני ברק האט ער גענטפערט אז מ׳זאל אים לייגן אין לאנדאן, נאך אפאר שעה האט מען גערופן פון בני ברק פרעגן וואס גייט פאר האט מען אים גענטפערט אז ר׳ מאטעלע האט געהייסן מ׳זאל אים לייגן אין לאנדאן, האבן זיי געפרעגט פארוואס האבן ענק געפרעגט בכלל ר׳ מאטעלע און פארוואס פאלגן ר׳ מאטעלע אויב ער האט א פלאץ לעבן זיין זיידען? האבן זיי גענטפערט, זייער פשוט, אגאנץ לעבן האט זיך ר׳ מאטעלע געזארגט פאר ר׳ יודלע און אים כסדר געשיקט גרויסע סכומים פון געלט, און ווען ער איז געוועהן קראנק אויף דער עלטער האט ר׳ מאטעלע גערופן יעדן איינציגן טאג זיך נאכפרעגן וואס ער מאכט, ר׳ מוישלע ווידער האט קיינמאל נישט גערופן און האט כמעט נישט געהאט קיין שיכות מיט אים, וועגן דעם האבן מיר אים געפאלגט.
עד כאן די שמועס בערך, איך זאג נאר איבער וואס ער זאגט, האטס נישט אויף מיר קיין טענות, ער האט זיך זייער געפרייט אז איך פרעג אים וועגן ר׳ יודלע, אסאך מאל ווען איך רעדט מיט אים האב איך נישט קיין גיטע טאפיק וועגן וואס צו שמועסן פרעג איך אים זאכן אין א סובדזשעקט וואס איך ווייס אז ער וועט הנאה האבן, וזה נהנה וזה לא נהנה, עפעס אזוי.
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:
שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”