רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגאון הגדול דבי ישראל יצחק רײזמאן זצ׳׳ל איז געבוירען געווארען אין ירושלים עיה"ק בשנת תרמ"ט צו זיין פאטער הגאון החסיד ד׳ נתנאל הלוי מפראגה, וואז איז געוועהן מבאי ביתו פון הגה"ק בעל תורת חסד מלובלין, אויך פלעגט ער משמש זיין דעם בעל חידושי הרי׳׳מ, והגר׳׳א מטשבנוב, ורבי ישעי׳לע פראגר.

רבי ישראל יצחרק רייזמאן האט געלערנט אין ישיבת תודת חיים בעיר העתיקה ביי הגר׳׳י וויינוגראד, דערנאך איז געווארען שטארק דבוק צום 'תורת חסד', און צו רבי אברהם שמחה הורביץ מבארניב, אזוי אויך מיט כ"ק רד״ש בידערמאן מלעלוב. אין תורת הנסתר איז געוועהן א תלמיד פון רבי חיים שאול דויק.

אנהייב שנת תרצ"ה איז ער נתמנה געווארען צו דומ׳׳צ, מיט די השתדלות פון מרן הגאון רבי יוסף צבי דושינסקי זצ״ל, און פון דעמאלס אן ישב על מדין קרוב צו פערציג יאר. אויך פלעגט ער מרביץ תורה זיין בישיבות 'חיי עולם' ו'תורת חייט', ער איז ראויך געוויעהן פון די מייסדים פון ישיבת שפת אמת, ער פלעגט אויך פארלערנען טעגליכע שיעורים אין פארשידינע בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק.

כל ימיו פלעגט ער דאווענען ותיקין, הירבה והפליג בשינון וחזרה, זיין גרויסע ידיעות ובקיאות האט מפלא יעדער איינער וואס האט איהם נאר אמאל אנגעפרעגט אדער סתם אזוי געשמועסט אין לערנען, ש״ס און שו׳׳ע איז געוועזען שגורים אצלו בעל-פה, ועד היום די וואס האבען נאך אריין געכאפט צו נאשען פון איהם רעדן גאר אויסטערלישט פון איהם.

גודד גדד ועומד בפרץ, ווערט גערעכט פון די מייסדים פונעם ביד׳׳צ, ער האט זיך משתתף געוועהן און געוועהן גאר שטארק אריין געמישט און פארקאכט אין יעדע הינזיכט פון דער יהדות החרדית בעיה״ק. אסאך יארען האט ער משמש געוועהן כגבאי צדקה פאר ארימע תלמידי חכמים, א מצוה וואס ער האט נאך אנגעהויבען גאר יונג עפ"י ציווי פון זיין טאטע. יעדע ערב שבת קודש פלעגט ער זיך בטירחה יתירה ארום גיין די הייזער פאר געלט און שאר צרכי שבת אין דאס פארטיילען פאר די עניים.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט בת רמ״מ ביבעװאלד מקורו צאנז, וואס פון איהר האט ער געהאט איין בת יחידה וואס איז ליידער נפטר געווארען בחייו.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הג״ר שלום ליב אייזנבאך מפעסט, בעל באר יצחק על קדשים, חתן הג"ר אברהם אבלי הראב׳׳ד הראשון לעדת אשכנזים בירושלים. פון וועמען ער האט געהאט א בת יחידה אשת כ"ק הגה׳׳צ רבי שלום סאפרין אדמו"ר מקומרנא זצ״ל.

נפטר ביום ז׳ אדר תשכ׳׳ט, אין זיין צוואה זאגט ער אן מ'זאל איהם נישט מספיד זיין, אין מ'זאל נישט שרייבען אויף זיין מציבה קיים שום תואר פון כבוד, אזוי אויך זאגט ער אן מ'זאל איהם מקבר זיין אויף הר הזיתים סמוך לקברו פון רבו בעל תורת חסד, און מ'זאל לייגען זיין מיטה פארן באערדיקען אויף דער קבר פון זיין רבי, וכך עשהו, ושם מנו"כ.

פערציג יאר שפעטער מפטירתו מטעמים בלתי ידועים איז נאך קיינער נישט גענומען דער מיה און דער טירחה מלקט צו זיין זיינע חידו"ת און שרייבען א 'תולדות' פון איבער דעם אדם גדול בענקים.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר