רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

הודעהדורך ליסקא » מיטוואך מאי 23, 2012 6:15 am

מרן ה'שערי הישר' מליסקא זי"ע הי"ד איז געווען און אונגוואר אויף א חתונה פון זיינס א קרוב, דארט איז איהם אויס געקומען זיך צו טרעפען מיטן מונקאטשער רב הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל, אין ווי פארשטייט זיך האבען זיי געשמועסט בפלפולי התורה, דער 'שערי הישר' האט ארויס געוויזען א שטארקע חריפות און א גאונישע בקיאות, אויף דער דער 'מנחת אלעזר' האט זיך ארויס געכאפט מיט א שטארקע התפעלות, זאגענדיק: "ליסקא רב איז א לעבעדיגע ספר תורה". און אזוי האט זיך דער תורה'דיגע שמועס ווייטער געצויגען. דעם אנדערן אינדערפרי האבען זיי זיך ווידער באגעגענט ביים דאווענען, ווי עס האט זיך פריש אנטוויקעלט א ריתחא דאורייתא, מענין לענין איז ארויף געקומען דער ענין איבער די חומרא 'פון נישט עסן מצות אין פסח אויסער ביי די הייליגע סדר נאכט", דער חומרא האט מרן ה'אך פרי תבואה' זי"ע גענומען פין רבו המובהק הגה"ק ה'ישמח משה' מאיהעלי זצ"ל. דער מנחת אלעזר האט דאס שטארק אוועק געמאכט דאס ענין פון ווייטער ממשיך זיין מיט דעם חומרא. מרן ה'שערי הישר' האט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות אויף געוויזען גאר שטארקע מקורות און קלאר מסביר געוועהן די הלכה'דיגע חלקים. דער 'מנחת אלעזר' האט דאס נישט געקענט פארנעמען אין האט זיך ארויס געכאפט א שארפע ווארט. איינע פון די ליסקא חסידים וואס זענען דארט געשטאנען האט זיך אנגערופען: "ערשט נעכטן האט דער רב געזאגט אז דער ליסקא רב איז א לעבדיגע ספר תורה", דער מנחת אלעזר האט אויפן פלאץ צוריק געזאגט: "יא, שכתב מין...", דער 'שערי הישר' הערניק אזוינע ווערטער זיך אנגערופען: "מצא מין את מינו...", אין מיט דעם האט זיך דער שמועס געענדיקט.
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך ליסקא » מיטוואך מאי 23, 2012 6:34 am

מרן הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל מחבר ספר הקדוש "אך פרי תבואה' האט געהאט א העתק פון דער 'פנקס סגולות וקמיעות והשבעות' וואס מורו ורבו המובהק הגה"ק ה'ישמח משה' זצ"ל האט גענוצט ביים שרייבען זיינע קמיעות סגולות און פארבארגענע הייליגע ענינים. דער קונטרס איז אריבער בירושה צו נכדו החביב הגאון החסיד ר' זאב וואלף גאלדבערגער בן הגה"ק רבי יוזפא גאלדבערגער זצ"ל, די קונטרס איז אבער אלעמאהל געוועהן בבית מרן ה'שערי הישר' זי"ע הי"ד.

איינמאהל האט זיך דערוויסט צום הייליגען 'מנחת אלעזר' ממונקאטש זצ"ל איבער דעם קונטרס וואס ליגט אין שטאט ליסקא, האט ער געשיקט א שליח קיין ליסקא פרעגן צו מען קען איהם בארגען דעם קונטרס אויף א וואך צווי, ווייל ער וויל דאס מעתיק זיין פאר זיך דערנאך וועט ער פארשטייט זיך דאס צוריק שיקען. דער 'שערי הישר' האט נישט געהאט קיין חשק ארויס צו לאזען דעם הייליגען קונטרס מתחת ידו און דאס מודיע געוועהן פארן שליח, דער 'מנחת אלעזר' האט פארשטאנען אז פארן ליסקא רב איז אומבאקוועם, האט ער מחליט געוועהן אליין צוקומען קיין ליסקא זעהן דעם קונטרס אין דאס מעתיק זיין. דער מנחת אלעזר האט מעתיק געוועהן פארשידינע שטיקלעך, אין דערנאך האט ער געהאט איינע פון זיינע חסידים מעתיק זיין דער גאנצע קונטרס פון דעקל צו דעקל. ווען ער האט גענדיקט איז ער צוריק קיין מונקאטש, ווי דער מנחת אלעזר האט זיך אויסער געווענדליך געפרייט צו באקומען א העתק פון דער פליאה'דיגע קונטרס. ברשימת ספרי הגה"ק ממונקאטש זצ"ל זעהט מען טאקע דערמאנט דעם קונטרס.

אגב, דער הייליגע ישמח משה זצ"ל האט אמאהל געגעבן א קמיע פאר א טאכטער פון מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע ה"ה הרבנית הצדיקת מרת הענא ע"ה אשת חבר הגה"ק רבי יוזפא גאלדבערגער זצ"ל. אין ספר אור הישר והטוב ווערט דערמאנט פארשידינע עובדות בנוגע קמיעות וסגולות.
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך ליסקא » מיטוואך מאי 23, 2012 7:01 am

הגה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל האט אמאהל געוועהן אויף א שבת אין ליסקא אינאיינעם מיט חותנו בזוו"ש הגה"ק רבי יעקב משה מקאמארנא זצ"ל. ומעשה שהיה כך היה: רבי יעקב משה מקאמארנא האט געהאט געפליכטעט פון קאמארנא ביים ערשטן קריג, אין האט זיך געהאט באזעצט אין מונקאטש, נאך א לענגערע תקופה איז שוין געווארען אביסעל שווער צו זיין דארט, האט דער מנחת אלעזר געזוכט א פאסיגע שטאט פאר זיין שווער, א קלענערע שטעטל. היות אין ליסקא האט געוואוינט די קינדער פון הגה"ק המקובל רבי אברהם שווארץ זי"ע חתן מרן ה'אך פרי תבואה' זי"ע, וואס ער איז געוועהן א חסיד פונם 'היכל הברכה' ובנו הגה"ק רבי אליעזר צבי זצ"ל, האט דאס אויס געזעהן ווי א פאסיגע פלאץ. איז דער 'מנחת אלעזר' געקומען אויף א שבת קיין ליסקא. מרן ה'שערי הישר' איז פונקט יענעם שבת נישט געוועהן אין ליסקא ווייל ער האט געפראוועט יענעם שבת בקרב חסידיו אין שטאט ביקוני. סוף דבר, ס'האט זיך נישט אויס געארבעט דער פלאן, אין נאך א פאהר טאג זענען זיי צוריק קיין מונקאטש.

מפי השמועה, אז דעם שבת איז געוועהן 'שבת שירה, וואס מרן ה'שערי הישר' האט שוין געהאט א קביעות באופן חזקה צו זיין שבת שירה אין שטאט ביקוני ווי עס האבן געוואוינט אסאך ליסקא חסידים, דער קביעות פין אהין פארן איז שטערקער געווארען ספעציעל נאך די התמנות פון זיין ברידער הגה"צ רבי יהודה זצ"ל הי"ד, ווען ער איז געווארען דאר רב בשנת תרע"ח לערך.
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך מאי 23, 2012 12:14 pm

ביים מנחת אלעזר איז געוועהן א בעל תפלה הרב החסיד ר' הערשעלע גאלדבערגער א זוהן פון רבי יוזפא ג"ב, ער פלעגט דאווענען פארן עמוד פסוקי דזמרה ראש השנה און יום כיפור, ער ווערט דערמאנט אין סדר שנה אחרונה.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 10:49 pm

סאם האו פיגערסטו אויס ווי אזוי צו קאנעקטען איעדע רבי צו ליסקא, ווי אזוי באווייזט מען דאס?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

הודעהדורך אשכולות אויפוועקער » פרייטאג מאי 30, 2014 8:59 am

אויפגעוועקט
צום יארצייט
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך דריידל » פרייטאג מאי 30, 2014 4:38 pm

איך האב אמאל געליינט אז דער מנח"א האט געהאט א קאלעדזש דעגרי וואס האט זיך פארלאנגט פון די רעגירונג צו זיין אנערקענט אלץ אן אפיציעלן רב. געווען איז דאס נאך בחייו פון זיין טאטע, די דרכי תשובה, ווען די רעגירונג האט עס פארלאנגט און דער דרכי תשובה איז שוין געווען צו אלט, אדער האט ער פאר אנדערע סיבות זיך נישט געוואלט לערנען, איז דעמאלטס דער מנח"א געווארן די אפיציעלע רב אין מונקאטש.

בכלל איז ער געווען זייער אן אינטעליגענטער מענטש, אפגערעדט אין חכמת התורה, נאר אויך אין אנדערע חכמות. צום ביישפיל, ער פלעגט אליינס שרייבן רעצעפטן פאר חולים וואס מ'האט נאכדעם געגעבן פאר'ן אפטייקער (נוסח לב טהור?). ווען ער האט זיך געשריבן מיט ספרדישע גדולים ווי די סבא קדישא (א שמועס פאר זיך) און רח"ש דויק, איז עס געווען מיט רש"י אותיות. געווען גאר א גרויסע מוהל. אויך איז ער געווען א
געוואלדיגער ידען אין היסטאריע.

ס'איז אינטערעסאנט אז טראצדעם וואס ער איז געווען אן אויסגעשפראכענער קנאי, איז ער דאך געווען שטארק באליבט ביי אזעלכע וואס האבן געהאט אנדערע השקפות. ווי למשל ר' מאיר שפירא ז"ל וואס איז געווען שטארק בידידות מיט אים. ס'איז דא א בריוו וואס ר"מ שרייבט צום מנח"א אבער ס'איז נישט דאטירט. די סיבה דערפון איז ווייל ר"מ פלעגט אלץ דאטירן מיט'ן דף וואס מ'האט דעמאלטס געהאלטן אין ראם פון דף היומי אין לכבודו פונעם מנח"א האט ער בכלל נישט געלייגט קיין דאטום.

אויך אנדערע גרויסע קעפ ווי ר' עובדי' יוסף, די ליבאוויטשער רבי און נאך אסאך האבן זיך משתעשע געווען מיט זיינע ספרים. אפגערעדט פון די שאפראנער רב ז"ל וואס כידוע איז געווען א קאלעדזש גראדואירטע מיט א דאקטאראט, איז דאך ממש געווען מקושר מיט אים.
בייגעלייגטע פיילס
2014-05-30-18-02-15--543696459.jpeg
שפאצירענדיג מיט ר"מ שפירא ז"ל
2014-05-30-18-02-15--543696459.jpeg (7.23 KiB) געזען געווארן 2365 מאל
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1364 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 6:43 am

לכבוד די יארצייט וועל איך נאכברענגן א ווארט וואס כ'האב לעצטענס געזעהן אין דברי תורה בשם ר' משה מ'פשעווארסק ז"ל.

הצדיק אבד ואין איש שם על לב ואנשי חסד נאספו באין מבין כי מפני הרעה נאסף הצדיק (ישעי' נז). זאגט ער, א צדיק איז ווער ס'פירט זיך לויט'ן שו"ע און א חסיד טוט לפנים משורת הדין. איינער וואס וויל פורק עול זיין, וועט בארעכטיגן זיינע מעשים אז דאס וואס די ערליכע איד טוט איז א מנהג חסידות אדער אכשר דרא, און ער האלט נישט ביים מחמיר זיין.

זאגט די נביא, הצדיק אבד - היינט ריפט מען קיינעם נישט א צדיק, ואנשי חסד נאספו - ס'ווערט מער און מער חסידים ווייל די וואס ווילן זיך נישט פירן עפ"י תורה רופן די ערליכע "חסידים", באין מבין כי מפני הרעה נאסף הצדיק - זיי פארשטייען נישט אז וועגן זיי ווילן זיין שלעכט איז פארלוירן געווארן די טיטול "צדיק".

זי"ע
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 6:53 am

לכבוד די יארצייט וועל איך נאכברענגן א ווארט וואס כ'האב לעצטענס געזעהן אין דברי תורה בשם ר' משה מ'פשעווארסק ז"ל.

הצדיק אבד ואין איש שם על לב ואנשי חסד נאספו באין מבין כי מפני הרעה נאסף הצדיק (ישעי' נז). זאגט ער, א צדיק איז ווער ס'פירט זיך לויט'ן שו"ע און א חסיד טוט לפנים משורת הדין. איינער וואס וויל פורק עול זיין, וועט בארעכטיגן זיינע מעשים אז דאס וואס די ערליכע איד טוט איז א מנהג חסידות אדער אכשר דרא, און ער האלט נישט ביים מחמיר זיין.

זאגט די נביא, הצדיק אבד - היינט ריפט מען קיינעם נישט א צדיק, ואנשי חסד נאספו - ס'ווערט מער און מער חסידים ווייל די וואס ווילן זיך נישט פירן עפ"י תורה רופן די ערליכע "חסידים", באין מבין כי מפני הרעה נאסף הצדיק - זיי פארשטייען נישט אז וועגן זיי ווילן זיין שלעכט איז פארלוירן געווארן די טיטול "צדיק".

זי"ע
בייגעלייגטע פיילס
260px-SpiraBenes.jpg
260px-SpiraBenes.jpg (13.1 KiB) געזען געווארן 2206 מאל
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

יומא דהילולא רבה של רבינו הק' בעל מנחת אלעזר זי'ע

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 20, 2015 7:48 am

ווען מען רעדט פינם מנחת אלעזר זי''ע וואס היינט געפאלט אויס זיין יומא דהלולא, רייסט זיך ארויס א הייסע טרער פין די אויגן, א טרער פון בענקשאפט צום ליכטיגען אמאל, צום אמאל צו דער אלטער היים, נאך בעפאר דער צר הצורר האט אויפגעהויבן זיין בלוטיגער שווערד און כמעט פארטיליגט דעם כלל ישראל, צו א תקיפה וואס גדולי ישראל האבן געפירט דעם כלל ישראל, זיי זענען געווען די עיני העדה, זיי האבן ארויס געזאגט דעם ריינעם דעת תורה אן קיין פחד און אן קיין שרעק, קיין חניפה האט ביי זיי נישט פארנומען קיין ארט.

דער מנחת אלעזר זי''ע האט געקעמפ פון א ברויזענדער לייב קעגן דער קליפת הציוני ואביזריהם, ער האט פאר זיי נישט געהאט דער מידערסטע פחד און שרעק, האט האט מגלה געווען זייער געמיינקייט און פארדארבענקייט לעיני העולם, זיי האבן אים נישט געקענט דערליידן, זיי האבן אים טאקע געפייניקט און גערודפט עד אין לשער, מען האט אים כסדר פאר'מסר'עט פאר די טשעכישע רעגירונג, אז ער באהאלט אויס מיליאנען אויף וואס ער צאהלט נישט קיין שטייער, ער איז כסדר אויסגעשטאנען שווערע אבוועלאוועס און רעוויזיעס פון די טשעכישע אויטריטעטען, דאך האט ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און ווייטער געפירט דעם מלחמת ה' ברוב עוז ותעצימות, וחרב הוצאת מתערה שלפת נגד צורריך.

דער עצם פאקט אז אזא מעכטיגער תורה ריז, א בקי בשבילי דרקיע כשבילי דערעא, וואס כל רז לא אנוס ליה בנגלה ובנסתר, א בעל מנגן, א מחדש, א ספרא רבה, א היסטאריקער, א איש השכולות במלוא מובן המילה, אפס מקציהו קען מען זיין אין זיינע היילגע ספרים, האט געפירט אזא העפטיגע מלחמה מיט די משנאי ומנאצי השם, און ער האט זיי געשאלטן מידי יום ביומו מיט טויטע קללות, משנאיך ה' אשנא ובמתקומך אתקוטט, זאגט פאר אונז גאר א סאך. ער איז נאך זיכער געווען אזוי אויפגעקלערט פון אונז אלע, זיין מוח איז נאך געווען אזוי ברייט ווי אונזערע, קיינער האט אים נישט חושד געווען אז ער איז "אין די באקס".

דאך האט ער אזוי פארפירט קעגן די משנאי ה' המטמאים את ציון עיר קדשינו, און געשריגען מיט קולי קולות אז זיי זענען מעכב די גאולה שלמה, און אז זיי זענען רוצחים וכופרים, פון ווען מען דארף אוועק שטיין כמחוי קשת, דאס זאגט אונז גענוג, דאס אליינס ווייזט אונז דער וועג ווי אזוי מיר דארפן זיך פירן, זאת התורה לא מחלפת, לאמיר זיך מקבל זיין אין זיין יומא דהילולא זיך צו פירן אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז געלערענט, און זיך אפשיידן פון דעם קליפת הציוני, מיט אלע שבע הבדלות וואס איז נאר פארהאנען.

דער עיקר זיך נישט דערשרעקן אדער צוקראצן פון די נייע קליפה וואס ריפט זיך "ארויס פון די באקס" דאס איז דער נייער ייצר הרע פון 2015', יעדער וויל זיך האלטן פאר א ברייטער מוח, (טראץ ער איז זעלבסט א טיפוש שאין בדגמתו) לאמיר געדענקען דעם גרויסן צדיק, וואס ער איז זיכער געווען קליגער און ברייטער פון די אלע מצומצימדיגע ''וואנע בי ציונים", און זיך ווייטער האלטן פעסט ביי די ריינע הייליגע אמונה, און זיך נישט אפשרעקן פון די קליפות וואס ארבייטען ארום די זייגער אונז אפצוקילן פון די הייליגע אמונה פון אונזערע עלטערן, לאמיר ענדיגען מיטן מאמר פון דעם הייליגען צדיק מיטן ניגון הידוע. "ציוניסטן מזרחיסטן אגדיסטען ימח שמם וזכרם, לאמיר אלע זוכה זיין צו די גאולה שלמה, במהרה דידן מתוך רחמיו וחסדין, אמן"..
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2015 8:38 pm

האט ער נישט אויך גערעדט/געשריגן/געדרוקט א שיף-לאוד מיט שטותים?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 9:44 pm

וואס ער האט גערעדט/געשריגן ווייס איך נישט ווייל איך האב אים קיינמאל נישט געהערט (חוץ אויף די ווידעא פון די חתונה) אבער וואס ער האט געשריבן קענסטי אליין זעהן. אדרבה, ס'וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצושמועסן קאנטרעווערסיאלע זאכן וואס ער האט געשריבן.

www.munkatcherseforim.org
און אגב, ער האט זייער ווייניג מגיה געווען זיינע כתבים, נאר אפגעשריבן און געדריקט, און דאס איז טאקע די חן פון זיינע ספרים ווייל ס'איז ארגינעל. טאמער האט ער זיך אויסגעדריקט שארף בעידן ריתחא, איז עס אזוי געדריקט געווארן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג מאי 21, 2017 7:48 am

דעם קומענדיגן שבת קודש פ׳ במדבר געפאלט די יומא דהילולא קדישא, נכדו כ״ק אדמו״ר מ׳מונקאטש שליט״א וועט פראווען די הילולא אין בית מדרשו אין בארא פארק, נכדו האדמו״ר מ׳דינוב שליט״א וועט פארן אויף א מסע הקודש צו זיין שבת הילולא אין שטאט מונקאטש אין אוקריינא, זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג מאי 21, 2017 11:51 pm

ער איז אוועק ב׳ סוין די זעלבע טאג פונעם אהבת ישראלס יארצייט, א יאהר שפעטער.

ר׳ מאטעלע וויזניצער זז״ג פארציילט אז זיין שוואגער/קאזין הרה״ג הצדיק המפורסם ר׳ יודלע האראוויץ זצ״ל מדזיקוב (אייניקל פונעם אהבת ישראל און געוועזענע איידעם ביי זיין פעטער דער אמרי חיים זצ״ל) האט אים פארציילט אז ער איז געוועהן ביי א באזוך ביים מנחת אלעזר זצ״ל נאכן אהבת ישראלס פטירה, און דער מנחת אלעזר האט אים געזאגט ״דער זיידע האט זיך אויסגעוועלט א גיטע טאג״.

ר׳ חיים בער ז״ל די מונקאטשע גבאי האט פארציילט אז דער מנחת אלעזר פלעגט יעדע וואך מאכן א מי שבירך פארן אהבת ישראל, און אין די וואך וואס דער אהבת ישראל איז אוועק איז געוועהן פרייטיג נאכמיטאג ממש ביים זמן, די נייעס איז נאכנישט אנגעקומען קיין מונקאטש (וואטסאפפ האט דאן נישט געארבעט), ספעציעל אז סאיז גלייך געפאלן שבת איז די נייעס נאכנישט אנגעקומען, ווען עס איז געקומען צו מאכן א מי שבירך פארן אהבת ישראל האט די מנחת אלעזר געוויזן מזאל נישט מאכן קיין מי שבירך, און זיך אנגערופן ״נתבקש לישיבה של מעלה״..

דער מנחת אלעזר זצ״ל איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פונעם אהבת ישראל..! יא איר הערט גיט!

ער האט געזאגט אויף אים גאר גרויסע זאכן, ווען ער איז אוועק האט די מנחת אלעזר געזאגט ביי די הספד די ״צדיק הדור איז נסתלק געווארן״.
סאיז ידוע די ווארט פונעם מנחת אלעזר ווען מ׳האט אים אמאל געפרעגט פארוואס ער טרעט ארויס שארף קעגן אלע ״אגודה רבנים״ און אויפן אהבת ישראל זאגט ער גארנישט
האט ער גענטפערט
״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא״...
(מיין טאטע געהערט פון ר׳ חיים בער ז״ל)

דעס זענען א חלק פון די אויסדרוקן וואס דער מנחת אלעזר האט געזאגט אויפן אהבת ישראל:
גאון עצום, צדיק הדור, משירי תלמידי הבעש״ט, א גרויסע רבי, א טאטע פאר כלל ישראל, א אוהב ישראל, א צדיק אמת וכו׳ וכו׳ וכו׳

נ״ב @שמעקעדיג כהאף איך מאך דיר נישט נערוועז... די אשכול איז מונקאטש און איך רעדט פון די הערצה פונעם מנח״א צו אהבת ישראל מ׳וויזניץ, לויט דיינע שיטות דארף מען עפענען א אייגענע אשכול פארדעם, חוץ מזה וואס ער זאגט איבער די זעלבע זאך טויזנט מאל און ער קריכט שוין אויף די געהירן... שמעקי איי לאוו יו.. נאר געמאכט א וויץ.
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5430
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך חיים'ס ישיבה » דינסטאג מאי 23, 2017 7:41 pm

ליסקא האט געשריבן:מרן ה'שערי הישר' מליסקא זי"ע הי"ד איז געווען און אונגוואר אויף א חתונה פון זיינס א קרוב, דארט איז איהם אויס געקומען זיך צו טרעפען מיטן מונקאטשער רב הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל, אין ווי פארשטייט זיך האבען זיי געשמועסט בפלפולי התורה, דער 'שערי הישר' האט ארויס געוויזען א שטארקע חריפות און א גאונישע בקיאות, אויף דער דער 'מנחת אלעזר' האט זיך ארויס געכאפט מיט א שטארקע התפעלות, זאגענדיק: "ליסקא רב איז א לעבעדיגע ספר תורה". און אזוי האט זיך דער תורה'דיגע שמועס ווייטער געצויגען. דעם אנדערן אינדערפרי האבען זיי זיך ווידער באגעגענט ביים דאווענען, ווי עס האט זיך פריש אנטוויקעלט א ריתחא דאורייתא, מענין לענין איז ארויף געקומען דער ענין איבער די חומרא 'פון נישט עסן מצות אין פסח אויסער ביי די הייליגע סדר נאכט", דער חומרא האט מרן ה'אך פרי תבואה' זי"ע גענומען פין רבו המובהק הגה"ק ה'ישמח משה' מאיהעלי זצ"ל. דער מנחת אלעזר האט דאס שטארק אוועק געמאכט דאס ענין פון ווייטער ממשיך זיין מיט דעם חומרא. מרן ה'שערי הישר' האט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות אויף געוויזען גאר שטארקע מקורות און קלאר מסביר געוועהן די הלכה'דיגע חלקים. דער 'מנחת אלעזר' האט דאס נישט געקענט פארנעמען אין האט זיך ארויס געכאפט א שארפע ווארט. איינע פון די ליסקא חסידים וואס זענען דארט געשטאנען האט זיך אנגערופען: "ערשט נעכטן האט דער רב געזאגט אז דער ליסקא רב איז א לעבדיגע ספר תורה", דער מנחת אלעזר האט אויפן פלאץ צוריק געזאגט: "יא, שכתב מין...", דער 'שערי הישר' הערניק אזוינע ווערטער זיך אנגערופען: "מצא מין את מינו...", אין מיט דעם האט זיך דער שמועס געענדיקט.


ווי איז די מקור פין די מעשה?
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מאי 23, 2017 7:47 pm

קאווע שטיבל איז נישט גענוג א גוטע מקור?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך יוני 07, 2017 2:40 am

שבת אחים האט געשריבן:ר׳ חיים בער ז״ל די מונקאטשע גבאי האט פארציילט אז דער מנחת אלעזר פלעגט יעדע וואך מאכן א מי שבירך פארן אהבת ישראל, און אין די וואך וואס דער אהבת ישראל איז אוועק איז געוועהן פרייטיג נאכמיטאג ממש ביים זמן, די נייעס איז נאכנישט אנגעקומען קיין מונקאטש (וואטסאפפ האט דאן נישט געארבעט), ספעציעל אז סאיז גלייך געפאלן שבת איז די נייעס נאכנישט אנגעקומען, ווען עס איז געקומען צו מאכן א מי שבירך פארן אהבת ישראל האט די מנחת אלעזר געוויזן מזאל נישט מאכן קיין מי שבירך, און זיך אנגערופן ״נתבקש לישיבה של מעלה״..
.

די מעשה איז נישט געוועהן פונקט אזוי, מען האט געפרעגט דעם מנחת אלעזר צו מען זאל מאכן א מי שברך האט ער נישט גע׳ענפערט, האט מען געמאכט, נאכ׳ן מאכן דעם מי שברך האט ער געגעבן א פסק פארוואס מען האט געמאכט אן זיין רשות...
מדי דברו פונעם שבת פונעם אהבת ישראל׳ס פטירה, איז יענעם פרייטאג צונאכטס האט זיך דער מנחת אלעזר גאר שטארק פארזוימט אריין צוקומען צו מנחה (נישט אז געווענליך פלעגט ער אריין קומען פרי אבער דעמאלטס איז געוועהן נאך שפעטער ווי געווענליך) זעהענדיג אז עס איז שוין גאר גאר נאנט צום זמן ר״ת האבן די גבאים באשלאסן אז איינער מוז אריין גיין זעהן פארוואס דער רב קומט נאכנישט, האט מען אריין געשיקט ר׳ בנימין פערלשטיין וואס איז נאך דאן געוועהן א בחור, ער איז אריין געקומען האט ער געטראפן דעם מנחת אלעזר שטארק פארקאכט מיט פארוויינטע אויגן, אזוי ווי דער מנחת אלעזר האט איהם געזעהן האט ער געזאגט אוי בנימין די האסט דאך נאך אריין געכאפט... און ער איז אריין געקומען צו תפילת מנחה, דער בנימין האט נישט געהאט קיין השגה וואס דער רב האט געמיינט מיטן אריין געכאפט, הערשט מוצאי שבת ווען די ידיעה איז אנגעקומען אויף שטאט מונקאטש אז דער אהבת ישראל איז אוועק האט בנימין פארשטאנען ווייל ער איז אמאל בשתיקה געפארן אויף א שבת צום אהבת ישראל... זכותם יגן עלינו!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך מאי 16, 2018 2:11 am

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא!
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט