רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 11:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש - ב' סיון

שליחה דורך ליסקא »

מרן ה'שערי הישר' מליסקא זי"ע הי"ד איז געווען און אונגוואר אויף א חתונה פון זיינס א קרוב, דארט איז איהם אויס געקומען זיך צו טרעפען מיטן מונקאטשער רב הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל, אין ווי פארשטייט זיך האבען זיי געשמועסט בפלפולי התורה, דער 'שערי הישר' האט ארויס געוויזען א שטארקע חריפות און א גאונישע בקיאות, אויף דער דער 'מנחת אלעזר' האט זיך ארויס געכאפט מיט א שטארקע התפעלות, זאגענדיק: "ליסקא רב איז א לעבעדיגע ספר תורה". און אזוי האט זיך דער תורה'דיגע שמועס ווייטער געצויגען. דעם אנדערן אינדערפרי האבען זיי זיך ווידער באגעגענט ביים דאווענען, ווי עס האט זיך פריש אנטוויקעלט א ריתחא דאורייתא, מענין לענין איז ארויף געקומען דער ענין איבער די חומרא 'פון נישט עסן מצות אין פסח אויסער ביי די הייליגע סדר נאכט", דער חומרא האט מרן ה'אך פרי תבואה' זי"ע גענומען פין רבו המובהק הגה"ק ה'ישמח משה' מאיהעלי זצ"ל. דער מנחת אלעזר האט דאס שטארק אוועק געמאכט דאס ענין פון ווייטער ממשיך זיין מיט דעם חומרא. מרן ה'שערי הישר' האט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות אויף געוויזען גאר שטארקע מקורות און קלאר מסביר געוועהן די הלכה'דיגע חלקים. דער 'מנחת אלעזר' האט דאס נישט געקענט פארנעמען אין האט זיך ארויס געכאפט א שארפע ווארט. איינע פון די ליסקא חסידים וואס זענען דארט געשטאנען האט זיך אנגערופען: "ערשט נעכטן האט דער רב געזאגט אז דער ליסקא רב איז א לעבדיגע ספר תורה", דער מנחת אלעזר האט אויפן פלאץ צוריק געזאגט: "יא, שכתב מין...", דער 'שערי הישר' הערניק אזוינע ווערטער זיך אנגערופען: "מצא מין את מינו...", אין מיט דעם האט זיך דער שמועס געענדיקט.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר