הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:25 pm

אקעי דולה, גענוג געווען!
ער האט דיך טאקע אריינגעגעבן ווען דו האסט געפיסקעוועט אויף קאשוי רב (און מיט רעכט), אבער אלס האט א שיעור!
דו לעבסט פון נעמען דעם עולם אויף א רייד.

איך בין דיר אויך חושד אויף נאך א ניק קום אין אישי זיך אויסקלארן.

(הרב סדרן, דאס איז די נושא דא, ביטע פארמעק נישט)
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1943
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2789 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:30 pm

שמואל איז א בעל כשרון, מוז זיין אונז האבן דא די רבי אליינס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:45 pm

נאך א אישי וואס כ'האב יעצט באקומען פון פרימו האב איך א חשד אז ער מיינט עס ערענסט...!

#יד_לאחים_אלערט
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:50 pm

לאמיר עים אויפקלערן...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1713
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 872 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:57 pm

און אויב אויב ער איז טאקע ערענסט זעה איך אז ער גייט מיט דעם מהלך פון אלע נפד וואס זיין רבי איז די מלך הנארסעסיסט אליינס אין דאס איז די מהלך פון מאכן יענעם פילן "גילטי"
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1713
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 872 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:01 pm

אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15655 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:10 pm

דער עולם זעט דא די שלעכטס? כך היא דרכו של מנהיג כת, אריינקריכען אין דער געדערעם און מאכען שלעכט שפירען לשמה. נישט קיין ענטפער,ניטאמאל אן עצה, סתם גרידזשען אין קישקע.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9078 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:54 pm

שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:01 pm

די ליצנות שלא מן הענין קען זיך אפשר אויפהערן?!

___
ס'איז אן איידיע אויב איינער איז גרייט צו אינטרוויא'ען שמואל פרימו איבער אלץ און אלעמען ארום קהילת לב טהור ומנהיגו. (אולי וועט עס ערשיינען אינעם "וועקער"-3)

שש ביזט אין פאר אן אינטערוויא?
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3908 מאל

הודעהדורך ראוונע » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:05 pm

שמואל פרימו האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:

פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט אלטע מענער
פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?
פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ועוד ועוד
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:49 pm

ראוונע, לזכותך יאמר אז דו ביסט דער ערשטער צו פרעגן זאכליכע קושיות און איך בין דא צו ענטפערן. אבער איידער איך ענטפער, א ווארט פאר די אנדערע מיטגלידער:

איר זעט ווי אזוי מען מאכט א רצח אויף א גאנצע קהילה? - איך בין שוין דא צוויי טעג, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן זאכליכע שאלות, נאר אטאקעס האט מען דא געווארפן, און גראדע זינלאזע אטאקעס. איר פארשטייט? - די זעלבע וואס האבן געשריגן ער פירט זיך אויף ווי א גורו - מאכט יענעם פילן גילטי, דוקא די זענען געווען די וואס האבן אטאקירט, געשאלטן אנדערע קללות... זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן אויף דער מהלך פון אטאקירן, און ווען זיי זעען אז איך קען אויך גיין אויף דעם וועג, וויינען זיי ווי א ביבער, היתכן, מען מאכט יענעם פילן גילטי.. נו נו, איר אליין האט אויסגעקליבן דעם דרך.

אצינד צו דיינע קושיות:
איך וועל גיין אחת לאחת, אבער די ערשטע קושיא האב איך אויסדערוועלט אז עס זאל פארענטפערט ווערן צום סוף, וויבאלד עס פארלאנגט אן אריכות'דיגן ענטפער:
א. פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?

ענטפער:
קודם כל זענען די "פילן" - פון וואס מען מאכט אזא גרויסן בער - פשוטע ווייטעמינען. מיין רבי איז זייער א העלטי מענטש און באפעלט כסדר אכטונג צו געבן אויף די געזונט פון דעם עולם. ער אליין נעמט פארשידענע ווייטעמינען און נאטורליכע רפואות, ער איז זייער א נאטורליכער מענטש. לדוגמא, א גרויסער חלק פון די תקנות הקהילה, איז אוועקגעשטעלט אויף שמירת הגוף והנפש, ביי אונז אין לב-טהור טאר מען נישט רויכערן, א חסיד פון לב טהור רויכערט נישט אפילו פשוט'ע ציגערעטלעך, ווייל עס איז נישט געזונט, עס איז איינע פון די תקנות הקהילה.

אין לב טהור פירט מען אן מיט א שווערע סדר-היום, עס ווערט פארלאנגט פונעם ציבור עבודת השם ביגיעה, אויפשטיין און לערנען וכו'. דער רבי שליט"א שפירט אז צוזאמען מיט דעם, דארף קומען אכטונג צו געבן אויף די געזונט און דאס נישט פארנאכטלעסיגן, וויבאלד דאס קען ברענגען א גרויסער שאדן פאר דעם נפש. דעריבער איז דאס א חלק וואס דער רבי פארלאנגט (ער פארלאנגט עס נישט פון יעדן, הגם ער איז דאס שטארק מעודד, אבער פון געוויסע שוואכע נפשות איז דאס א פארלאנג און עס איז ארויפגעלייגט אויפן סדר היום צעטיל), אז מען זאל נעמען די ווייטאמינען.

יעצט, עס איז יא פאראן אזא זאך ווי פילן, אבער נישט 'פארן ציבור', אזוי ווי דו האסט מנסח געווען דיין טענה. געוויסע יחידים וואס זענען געקומען קיין לב-טהור און האבן פארמאגט א גייסטישע היסטאריע, האט דער רבי זיי דיקטירט אין די דירעקציע פון פילן. דער רבי האט זיי דאן געשיקט צו א דאקטער וועלכער האט זיי פארארדנט פילן, אין געוויסע פעלער זענען די פילן געווען ביים רבי'ן, און יענער האט געמוזט יעדן טאג קומען נעמען די פילן, אויס מורא אז זיי וועלן נישט נעמען וואס זיי דארפן צו נעמען.

היינט צו טאגס איז כמעט נישטא אזעלכע סארט מענטשן. אפשר איינער, וואס איך בין נישט זיכער צי ער נעמט טאקע אדער נישט.

ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)

ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.

אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.

דעריבער זענען פאראן אזעלכע (נישט בכפיה נאר מרצונם הטוב), וואס קומען און בעטן אז מען זאל זיי שלאגן מלקות. צומאל בעט מען איינעם פון די חסידים, אמאל סתם א חבר און אמאל האט מען ליב צו גיין צו הרב ראזנער שליט"א, און אמאל זענען פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך פאר די חברים און קומען צום רבי'ן אליין, וועלכער טוט דאס פאר די חסידים.

עס איז נישט פאראן בשום אופן א מצב, אז דער רבי תמ"ל זאל אריינרופן א יונגערמאן און אים געבן מלקות אלס שטראף אדער פאר אן עבירה.

ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)

ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות, אבער איך וועל דיר ענטפערן פשוט'ער.
פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים אנטלאפן פון זיין טאטע'ן?
פארוואס איז ויז'ניצע רבי (א' און ב' - קודם ער און נאכדעם ער) אנטלאפן פון זיין טאטע'?
נאך א ליסטע פון רבי'שע נעמען...
פרעגסט קושיות אויף רבי'שע פאליטיק? - מאכט זיך אין יעדע קהילה - איבעראל איז דער אנדערער דער שגץ...
(גוט, איך מוז מיר באווארענען... אנדערע וועלן פרעגן אז זיי זענען נישט אנטלאפן, נאר מען האט זיי פארשיקט... מורא'דיג - אפגעפרעגט... הצד השוה אז רבי'שע פאליטיק איז דא איבעראל.)

ד. איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ענטפער:

הא הא, דו האסט א הוכחה דערויף? - אדער האסטו עס אליין געהערט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר... די דורטי מיינדס פון מענטשן, וואס האבן ליב צו גלויבן יעדע שמוץ. יא יא, די זעלבע שמועות וואס מען האט געזאגט פארן צאנזער רב אז אין רוזשין פארן די פרויען אויף פערד און די פרויען טאנצן אין בית-המדרש. אלס יונגל האט מען מיר געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי נעמט אויף נשים מיט א פארמאכטע טיר ביחידות, מיט א היתר אז לייבל גרונער קען דארט אריינקומען (אויב ער וויל - ער וואלט עס דאך קיינמאל נישט געטאן פאר זיין רבי'ן...)

זאג נאר, וועלכער דזשענערעישן ביסטו? - ביסט טאקע אזוי פאנאטיש צו גלויבן די אלע שמועות?

אינטערעסאנט אז דו האסט מיר נישט געפרעגט איבער דאס וואס מען האט מיר פארקויפט אלס בחור, אז דער רבי האט א ריזיגע ווידאו מאשין, דארט האט ער אויגן צו יעדן חסיד אין בעדרום און ער האלט אלעס מיט מיטן חסיד, און אויף מארגן גיבט ער אים מלקות אויב האט ער זיך נישט שיין אויפגעפירט... הער אויף מיט די נאנסענס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמואל פרימו אום פרייטאג יולי 15, 2016 10:42 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:56 pm

שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.

שש משזר: ער טענה'ט דאך אז ס'איז אלץ אין ארדענונג. און אלע זענען הייליגע אידן. טלית שכולו תכלת...אנגעהויבן פון זייער רבי'ן, ביז די קלענסטע פון די חסידים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13945
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:57 pm

דיין תירוץ איבער די אנטלויפן פון זיין זון איז נישט אנגענומען געווארן איך וויל אבער צו לייגן א קשיא אז זיינע קינדער דאס הייסט די קדוש וטהורס אייניקלעך זענען איבער געגעיבן געווארן פאר א משפחה זיי זאלן קעיר נעמען פון זיי און עס דרייט זיך א שמועה אז די קינדער זענען נישט toilet trained און ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן מיט עסן געצייג קענט איר אפשר מסביר פשט דערפון?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:59 pm

ראוונע האט געשריבן:
שמואל פרימו האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:

פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט אלטע מענער
פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?
פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ועוד ועוד

ראוונע: דו האסט פארגעסן צו פרעגן איין וויכטיגע שאלה...אוואו איז די רביצן...? די רבי האט איהר אויפגעגעסן...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13945
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:04 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.

שש משזר: ער טענה'ט דאך אז ס'איז אלץ אין ארדענונג. און אלע זענען הייליגע אידן. טלית שכולו תכלת...אנגעהויבן פון זייער רבי'ן, ביז די קלענסטע פון די חסידים...!


בערל בעל עגלה, אזעלכע ווי דיר מיין איך טאקע... דו שרייבסט דא שטותים אין די וועלט אריין, און אויב זאל איך דיר ענטפערן אויף דיין שפראך, וועלן קומען די חכמים ווי שש-משזר און ליטוואק פון בודאפעסט און שרייען אז איך ענטפער נישט די קושיות, נאר איך אטאקיר.

סא, דו מעגסט און איך נישט? - ניין! - איך וועל רעדן דא די שפראך פון יעדן. אויב רעדט מען דא צו די זאך, וועל איך ענטפערן צו די זאך... די סנהדרין האבן געדארפט קענען שבעים לשונות, יעדן איינעם מיט זיין שפראך.

פארשטאנען?
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 12:05 am

שמואל פרימו האט געשריבן:ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)

ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין.

פאר ווער עס ווערט אפגעקויפט פון די ווערטער איז כדי צו גיין אויף יו טוב איז דא א דאקומענטרי פון איינער וואס זיין מאמע איז פארכאפט דארט און ער פארציילט אז מען האט אריין גערופן זיין מאמע און זיין שוועסטער (וואס האט זיך נישט געוואלט אנטוהן ווי די טאליבאנער) צום רבין אין שטוב און מהאט געהייסן די מאמע זאל אנשמייסען די טאכטער במעמד אנשי ההנהלה שפעיטער ווען די זון איז צוריק געגאנגען זיך טרעפן מיט זיין מאמע האט ער געטראפן די הרב הצעיר און ער האט פרובירט צו פארענטפערן אז עס איז נאר געוועין א פריינטליכע קלאפ אויפן פלייצע סך הכל וויבאלד עס איז געוועין א שטילע קלאפ האט דער פעשער ביים טיש געהייסן געיבן נאך איינס כדי די עולם זאל הערן די פריינטשאפט יא יא די ליצנות איז גרויס.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 12:08 am

שמואל פרימו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.

שש משזר: ער טענה'ט דאך אז ס'איז אלץ אין ארדענונג. און אלע זענען הייליגע אידן. טלית שכולו תכלת...אנגעהויבן פון זייער רבי'ן, ביז די קלענסטע פון די חסידים...!


בערל בעל עגלה, אזעלכע ווי דיר מיין איך טאקע... דו שרייבסט דא שטותים אין די וועלט אריין, און אויב זאל איך דיר ענטפערן אויף דיין שפראך, וועלן קומען די חכמים ווי שש-משזר און ליטוואק פון בודאפעסט און שרייען אז איך ענטפער נישט די קושיות, נאר איך אטאקיר.

סא, דו מעגסט און איך נישט? - ניין! - איך וועל רעדן דא די שפראך פון יעדן. אויב רעדט מען דא צו די זאך, וועל איך ענטפערן צו די זאך... די סנהדרין האבן געדארפט קענען שבעים לשונות, יעדן איינעם מיט זיין שפראך.

פארשטאנען?

שמואל פרימו: אוקעי. ענטפער צו די זאך....אוואו איז די רביצן...? פארוואס איז זי נישט צוזאמען מיט'ן רבי'ן תמ"ל (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13945
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:08 am

גר ותושב האט געשריבן:דיין תירוץ איבער די אנטלויפן פון זיין זון איז נישט אנגענומען געווארן איך וויל אבער צו לייגן א קשיא אז זיינע קינדער דאס הייסט די קדוש וטהורס אייניקלעך זענען איבער געגעיבן געווארן פאר א משפחה זיי זאלן קעיר נעמען פון זיי און עס דרייט זיך א שמועה אז די קינדער זענען נישט toilet trained און ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן מיט עסן געצייג קענט איר אפשר מסביר פשט דערפון?


קודם כל, אויב ווילט איר אז איך זאל רעדן לענין, זאלט איר מוחל זיין און אויך רעדן לענין! - קום מיר נישט זאגן בלענק און פשוט אז די תירוץ איז נישט אנגענומען געווארן, אן צו אנגעבן א לייטישע סברה דערויף. איך מיין אז איך האב גערעדט זייער צו די זאך.

און בנוגע דיינע שמועות, וואס דו האסט 'אליין' געהערט (נישט די ערשטע מאל וואס דו באנוצט זיך מיט דעם טערמין), וויל איך דיר זאגן, אז אויב זאל מען גלויבן אלע שמועות וואס דרייען זיך ארום אויף אלע רבי'ס, וואלטן מיר שיין געשטאנען.

נ.ב. דאס דארף שוין אויך דינען אלס ענטפער פון דיין לעצטן 'שמועה' ששמע יתרו שהיה 'גר ותושב'.

אגב, איך האב געהערט עפעס וועגן ר' מענדל טייטלבוים, עפעס וועגן אמסטרדם, פאר ווער ס'גלויבט נישט... כ'אב עס אליין געהערט.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:16 am

berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל פרימו: אוקעי. ענטפער צו די זאך....אוואו איז די רביצן...? פארוואס איז זי נישט צוזאמען מיט'ן רבי'ן תמ"ל (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט...)


קודם כל, תמ"ל באדייט 'תורתו מגן לנו', דאס איז דער אויסדרוק מיט וואס דער רבי ווערט ביי אונז גערופן.

יא, ס'איז נישט קיין סוד אז דער רבי האט שלום-בית פראבלעמען. עס זאגט גארנישט אויף זיין פערסענאלטי אדער אויף די קהילה, עס זענען געווען גרויסע גדולי ישראל וואס האבן זיך געמוטשעט מיט שלום-בית פראבלעמען. ווער עס קען אביסל די רביצין וועט פארשטיין די נושא, זי איז א ישראלי, א היציגע סארט פרוי מיט מאדנע זאכן... ס'איז נישט די ערשטע מאל זי איז אוועק, עס מאכט זיך כסדר אז זי לויפט אוועק אויף א תקופה און דערנאך קומט זי צוריק, זי ווערט אויפגערעגט אויף דעם און אויף יענעם, ביז זי אנטלויפט... זי פירט חשבונות מיט 80% פרויען פון אונזער קהילה, צוקריגט זיך מיט דעם און מאכט שלום מיט יענעם, כדאי זיך אפצו'חשבונ'ען מיט א דריטן... ס'איז א מין טיפ, וואס קען מען טון. זי אנטלויפט און דערנאך קומט זי צוריק.

דער רבי תמ"ל ליידט שטארק דערפון, אבער דאס איז פון די עוונות וואס דער צדיק הדור דארף אפקומען פארן כלל.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 12:16 am

שוין ווייטער באניצטע זיך מיט אלע רביס
פיין איך וועל דיר מסביר זיין פונקטליך פארוואס די תירוץ איז נישט אנגענומען געווארן וויל אפילו די אלע רבישע קינדער (וואס מאיזה סיבה רופסטו זיי אן אנטלאפענע) האבן זיך נישט געפענט די פיסק אקעיגן זייער טאטע משא"כ דא
ועוד חילוק פשוט איבעראל ווייסט מען די סיבה פון די "אנטלויפן" אבער דא נישט איז אפשר ביסטו אונז טאקע מסביר וואס די רבישע מחלוקת איז דארט געוועין?

און ב"ה איך פיץ מיין אויער גאנץ אפט און איך הער אסאך שמועות בנוגע אסאך ענינים אבער גראדע דער שמועה אז די קינדער זענען נישט טוילעט טרעינט און קענען זיך נישט אויס מיט כלי אכילה דאס איז גראדע א שמועה קרובה ואי אפשר להאריך יותר און פון דיין זיך ארויס דרייען פון זאגן בפירוש אז עס איז נישט אמת קען מען אסאך ארויס לערנען.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:17 am

אה, אי אפשר להאריך יותר... איך פארשטיי.

און איך דארף דיר דאס ענטפערן...
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 12:18 am

שמואל פרימו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל פרימו: אוקעי. ענטפער צו די זאך....אוואו איז די רביצן...? פארוואס איז זי נישט צוזאמען מיט'ן רבי'ן תמ"ל (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט...)


קודם כל, תמ"ל באדייט 'תורתו מגן לנו', דאס איז דער אויסדרוק מיט וואס דער רבי ווערט ביי אונז גערופן.

יא, ס'איז נישט קיין סוד אז דער רבי האט שלום-בית פראבלעמען. עס זאגט גארנישט אויף זיין פערסענאלטי אדער אויף די קהילה, עס זענען געווען גרויסע גדולי ישראל וואס האבן זיך געמוטשעט מיט שלום-בית פראבלעמען. ווער עס קען אביסל די רביצין וועט פארשטיין די נושא, זי איז א ישראלי, א היציגע סארט פרוי מיט מאדנע זאכן... ס'איז נישט די ערשטע מאל זי איז אוועק, עס מאכט זיך כסדר אז זי לויפט אוועק אויף א תקופה און דערנאך קומט זי צוריק, זי ווערט אויפגערעגט אויף דעם און אויף יענעם, ביז זי אנטלויפט... זי פירט חשבונות מיט 80% פרויען פון אונזער קהילה, צוקריגט זיך מיט דעם און מאכט שלום מיט יענעם, כדאי זיך אפצו'חשבונ'ען מיט א דריטן... ס'איז א מין טיפ, וואס קען מען טון. זי אנטלויפט און דערנאך קומט זי צוריק.

דער רבי תמ"ל ליידט שטארק דערפון, אבער דאס איז פון די עוונות וואס דער צדיק הדור דארף אפקומען פארן כלל.

אפשר זאל ער איר געיבן אביסל געזיטע ווייטעמינס
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 12:20 am

שמואל פרימו האט געשריבן:אה, אי אפשר להאריך יותר... איך פארשטיי.

און איך דארף דיר דאס ענטפערן...

ווייסטו וואס פארענטפער נישט
די פארקויפסט זיך דאך אלס אן איש אמת איז זאג קלאר איז די שמועה אמת אדער נישט דריי נישט מיטן צינג.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:21 am

קודם ענטפער מיר קלאר אויב די שמועה מיט ר' מענדל טייטלבוים איז אמת צי נישט. דריי נישט מיטן צינג. אויב דו וועסט מיר דאס ענטפערן חד וחלק, וועל איך דיר ענטפערן אויף דיין פראגע חד וחלק.

געשעפט?
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 12:22 am

שמואל פרימו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל פרימו: אוקעי. ענטפער צו די זאך....אוואו איז די רביצן...? פארוואס איז זי נישט צוזאמען מיט'ן רבי'ן תמ"ל (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט...)


קודם כל, תמ"ל באדייט 'תורתו מגן לנו', דאס איז דער אויסדרוק מיט וואס דער רבי ווערט ביי אונז גערופן.

יא, ס'איז נישט קיין סוד אז דער רבי האט שלום-בית פראבלעמען. עס זאגט גארנישט אויף זיין פערסענאלטי אדער אויף די קהילה, עס זענען געווען גרויסע גדולי ישראל וואס האבן זיך געמוטשעט מיט שלום-בית פראבלעמען. ווער עס קען אביסל די רביצין וועט פארשטיין די נושא, זי איז א ישראלי, א היציגע סארט פרוי מיט מאדנע זאכן... ס'איז נישט די ערשטע מאל זי איז אוועק, עס מאכט זיך כסדר אז זי לויפט אוועק אויף א תקופה און דערנאך קומט זי צוריק, זי ווערט אויפגערעגט אויף דעם און אויף יענעם, ביז זי אנטלויפט... זי פירט חשבונות מיט 80% פרויען פון אונזער קהילה, צוקריגט זיך מיט דעם און מאכט שלום מיט יענעם, כדאי זיך אפצו'חשבונ'ען מיט א דריטן... ס'איז א מין טיפ, וואס קען מען טון. זי אנטלויפט און דערנאך קומט זי צוריק.

דער רבי תמ"ל ליידט שטארק דערפון, אבער דאס איז פון די עוונות וואס דער צדיק הדור דארף אפקומען פארן כלל.

יא אבער איך געדענק ביי די פרשה פון שי פימא (בראשית דרכו פונ'ם רעבי'ן תמ"ל) איז די רביצן געזיצן אין קאורט רום און געזאגט תהילים. און אין מאנסי איז עפעס פארגעקומען. זי איז זייט דאמאלס נישט צוריקגעקומען. דאס אז זי האט געטריי געשטיצט דעם רעבי'ן האביך אליינס געזעהן. דאס איז נישט קיין שמועות. איך בין עטליכע מאל געווען אין קאורט ביי די משפט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13945
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט