רבי שלום אליעזר האלברשטאם מראצפערט - ט"ז סיון

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 11:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

רבי שלום אליעזר האלברשטאם מראצפערט - ט"ז סיון

שליחה דורך ליסקא »

הרב החסיד רבי אהרן הכהן פאללאק ז"ל סופר סת"ם האט דערציילט דאס ווען ער איז געוועזען ביי הה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט אויף שבת קודש פרשת אמור שנת תש"ג, היות ער האט בייקומען א "איינרוף צעטיל", ער ער מוז גיין דינען אין דער מיליטער, איז געפארען קיין ראצפערט צו באקומען א ברכה מפי אותו צדיק. זייענדיק דארט ערב שבת קודש האט ער צוגעקוקט דער סדר עבודת הקודש, און ער האט געזעהן אז כמעט דעם גאנצען ערב שבת, אסאך שעות פון דעם טאג, איז רבי שלום לעזער געזעצן און געלערנט דעם ספר הקדוש אך פרי תבואה, ווען בשעת מעשה מעשה רייכערט ער מיט זיין לילקא ציבעך. (מפי נכדו ר' יוסף צבי לויפער, ונדפס בספר 'רבינו הקדוש מראצפערט' דף רכג)

מפי השמועה אז מרן שערי הישר מליסקא זי"ע הי"ד האט זיך געטראפן איינמאהל מיט הרב הקדוש רבי שלום לעזער אין קאלוב ז' אדר, אויפן יארצייט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל פון קאלוב זצ"ל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר