כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

שליחה דורך חד גדיא »

הרב הגאון ר' שרגא האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב איז א גאר זעלטענע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער א רבי מיט אלע פיטשיווקעס. און פון די אנדערע זייט איז ער באקאנט פאר'ן זיין "אוט אף די באקס" און א פארשטייער אין אסאך ענינים.

קאסובער רבי איז אויפגעוואקסען אין א היפש מאדערענע שטוב. (מ'זאגט אז ער האט אפילו געהאט טעלעוויזשן). אבער ער איז גאר שטארק אויסגעשטיגן אין תורה ויראת שמים. אלץ יונגערמאן איז ער שוין באקאנט געווען אלץ א גרויסער גאון און עובד ה'. ער איז יארן געווען א מגיד שיעור אין צעהלים און שוין דעמאלטס איז געווען א חידוש זיין דאווענען און געהויבענע התנהגות.

כ'האף די עולם וועט אריינפילן אביסל מער פרטים פון זיין ביאגראפיע. אבער כ'געדענק אים נאך פון יארן צוריק אלץ יונגערמאן ווי ער פלעגט שוין דעמאלטס מאכן די זעלבע מאדנע פאקסן ביים דאווענען און מ'האט געזעהן זיין גרויס כונה און התבוננות.

עכ"פ סוכות איז פאסיג צו רעדן פון אים, ווייל יעדעס יאר זעט מען פריש די קליפס פון זיין ד' מינים שאקלען וואס איז גאר מאדנע און דראמאטיש. און ס'איז כדאי אז די וואס קענען אים יעצט בעסער פון די נאנט זאלן אביסל שרייבן וואס דאס מיינט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MPGi2rti4oQ[/youtube]
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר