ר' חיים זאנוויל מ'ריבניץ זצוק"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

ר' חיים זאנוויל מ'ריבניץ זצוק"ל

הודעהדורך ידען » מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 8:58 pm

יעדע יאהר אסרו חג סוכות איז די יאהרצייט פון ריבניצער רבי וואס האט געוואוינט קודם אין רוסלאנד און געקומען אין אמעריקע האט ער געוואוינט אין מאנסי.

מען דערציילט אויף איהם מופתים וואס מע האט נישט געזעהן זייט ר' ישעילה קערעסטירער.

ער איז געוועהן זייער מדקדק אין מקוה און מען פלעגט זעהן אז ער האט נישט געגעבען שלום פאר ווער סיז נישט געוועהן אין מקוה.

אין רוסלאנד דערציילט מען אז ער פלעגט ברעכען אייז צו קענען זיך טובלען.

שבת האבעך געהערט א פאר מעשיות פון איהם, און מען קען לייגען נאך.

די מנהל פון פאפא וויליאמסבורג האט געהאט א שוואגער און זיי ביידע האבען נישט געהאט קינדער. זיי זענען געגאנגען צו די ריבניצער רבי און ער האט זיי געזאגט אז זיי קענען נישט האבען קינדער. זיי האבען זיך שטארק איינגעבעטען האט ער געזאגט אז אויב זיי זענען גרייט צו האבען קינדער אבער ווען זיי וועלען האלטען ביי חתונה האבען וועלען זיי מיזען גיין פון די וועלט.

גרינוואלד (די שוואגער פון גלאנץ) האט מסכים געוועהן און געהאט א טאכטער און לעבט שוין נישט אבער זיין איידעם קען דערציילען די מעשה.

גלאנץ האט נישט מסכים געוועהן און האט טאקע נישט קיין קינדער נעבעך.

קען זיין כאב נישט געהערט פינקטלעך און ווער סע ווייסט בעסער זאל מיך העלפען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3140
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 9:37 pm

גרינוואלד איז נישט קיין שוואגער ציט ר אלעזר
גלאנץ נאר זיי זענען געגאנגען צים צדיק מיט די זעלבע בקשה אין דער צדיק האט זיי געזאגט אז ער קאן זיי העלפן נאר אויב זיי זענען גרייט אוועקציגעבן יארן אין ר' אליעזר האט נישט מסכים געווען וכו'
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך ידען » מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 9:41 pm

ר׳ חיים זאנוויל בן ר׳ משה אבראמאוויטש

נפטר תשנ״ו
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3140
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 10:24 pm

ידען האט געשריבן:גרינוואלד האט מסכים געוועהן און געהאט א טאכטער און לעבט שוין נישט אבער זיין איידעם קען דערציילען די מעשה.

אמת'ע מעשה (געהערט בחייו), אחד מיני רבבות. ס'הייסט אז ער האט געבעטן אז ער וויל דערלעבן זיין קינד'ס חתונה, און ער האט מסכים געווען.
וכך הוה. ביי די חופה, פון זיין בת יחידה, איז ער שוין געווען שטארק קראנק, און גאר א קורצע צייט איז ער אוועק.
א טייערע איד געווען.

מ'קען פרעגן מרדכי בן דוד פאר נאך מעשיות.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8371 מאל

הודעהדורך בשבילי! » זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:52 pm

משתטח על ציון הרה''ק מסאטמאר זי''ע

IMG-20140827-WA018.jpg
IMG-20140827-WA018.jpg (35.77 KiB) געזען געווארן 1492 מאל
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:30 pm

דער דאזיגער בילד איז גענומען געווארן דורך זיין משמש, וועלכער דערציילט אז ער איז אזוי געלעגן אויף דער ערד פאר עטליכע שעה (!). דאס איז געווען אין שבעה פונעם רבי'ן זצ"ל און ער איז אזוי געלעגן מיט בכיות נוראות.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 816 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:58 pm

ביי געוויסע ווערט ער א צדיק נאר דורך די דאזיגע בילד...
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1480
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3079 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1959 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:55 am

חקרן האט געשריבן:דער דאזיגער בילד איז גענומען געווארן דורך זיין משמש, וועלכער דערציילט אז ער איז אזוי געלעגן אויף דער ערד פאר עטליכע שעה (!). דאס איז געווען אין שבעה פונעם רבי'ן זצ"ל און ער איז אזוי געלעגן מיט בכיות נוראות.


שעה???
וואס עפעס??
עטליכע טעג, אדער גאר וואכן.
ווען מען האט געוואלט שטעלן מצבה, האט מען עם געברויכט אפרייסן פון דארט.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:10 am

וואס שטערט עס דיר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5306
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2373 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:45 pm

''ביים ציון הק' פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע, בתוך השלושים (ווען דער רבי האט זיך אומגעקערט פון לאס אנדזשעלעס) ווערט געזען די מקורבים מו''ה מרדכי ווערדיגער (MBD) און מו''ה אלי יוסף גערטנער''
(בילד געווען אין די צייטונג)

IMG-20140827-WA000.jpg
IMG-20140827-WA000.jpg (26.05 KiB) געזען געווארן 1253 מאל
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 7:30 pm

מ'האט מיר געבעטען א באשרייבונג אויפ'ן ריבניצער רבי (פאר א פריוואטע מענטש) און איך קען נישט געוואויר ווערען די פאקטען פון זיין לעבען.
א. ווען איז ער געבוירען געווארען (תר"נ?!)
ב. ווען האט ער חתונה געהאט צום ערשט'ן מאל און מיט וועמען?
ג. ווען איז ער ארויס פון רוסלאנד (דער איד זאגט מיר אז ער איז געקומען קיין אמעריקא אינ'ם שלשים פונ'ם סקווערער רבי'ן, הייסט'ס תשכ"ח, אבער ער האט מיר אויך געזאגט אז אין א"י האט ער געוויילט אין סנהדריה מורחבת, וואס איז נישט דעמאלס געשטאנען ביז תש"ל)
ד. ווען האט ער חתונה געהאט צום צווייטען מאל, און מיט וועמען? זי לעבט נאך?
ה. וועלכע יארען האט ער געוואוינט אין סיגייט, מיאמי, מאנסי, ב.פ, לאס אנדזשעלעס?
ו. וויאזוי האט ער געלעבט אין רוסלאנד? אין איין שטאט צו געוואלגערט?
ז. ווי איז ער געווען ביים קריג?
ח. זיין ערשטע ווייב איז געשטארבען? אדער גע'גט?
ט. וואס איז דער מעשה מיט זיין ברודער פון א"י?
י. וואס פאר א נאטור האט ער געהאט, אן אנגעצויגענער צו א צוגעלאזענער?
יא. מיט וועמען האט ער געהאט א פערזענליכע שייכות אחוץ דער שטפנשט'ער?
יב. וואס האט מען געהערט פון אזעלכע ווי הרב משה פיינשטיין וכדו' אויף איהם?
יג. פון וואס האט ער געלעבט? ער האט דאך נישט גענומען קיין געלט, און די גבאים האבען אלס געגנב'עט די פדיונות?
יד. וואס טוט זיך היינט מיט זיין ביהמ"ד, הויז א.א.וו.?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5931
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5634 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 7:52 pm

חקרן האט געשריבן:דער דאזיגער בילד איז גענומען געווארן דורך זיין משמש, וועלכער דערציילט אז ער איז אזוי געלעגן אויף דער ערד פאר עטליכע שעה (!). דאס איז געווען אין שבעה פונעם רבי'ן זצ"ל און ער איז אזוי געלעגן מיט בכיות נוראות.

ער האט זיך דעמאלטס גערעגט אז מ'האט אים נישט דערציילט ווי קראנק סאטאר רב איז, ער האט געזגט: 5 יאר וואלט איך אים געקענט צוגעבן.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1720 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm

ער האט געוואוינט אין ליס אנדזעליס ווען הרה"ק מסאטמאר איז נפטר געווארען, און כו אב האט ער פלוצלינג געפרעגט צו ס'איז דא נייעס פון ניו יורק, און וויען מ'האט איהם פארציילט פון די פטירה האט ער געכאפט די נעקסטע פליגער קיין ניו יורק, און האט זיך אהינגעצויגן.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 06, 2015 10:43 am

אינטרעסאנט. דער איד מיט וועמען איך האב גערעדט האט מיר פארציילט אז דער ריבניצער רבי האט איהם געקלינגען פון ל.א. און געבעטען ער זאל איהם ראטעווען פון תפיסה. דער איד האט פארשטאנען אז ס'איז געווען אינשי דלא מעלי וואס האבען איהם ארומגערינגעלט דארט אין ל.א. און ער האט געוואלט פטור ווערין פון זיי. אפשר איז ער געווען צוויי מאל אין ל.א., איך ווייס נישט.
פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5931
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5634 מאל

הודעהדורך גיבור » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:03 pm

ווער איך היינט געוואר אז אביגדור ליברמן די היינטיגע שר הביטחון פון מדינת ישראל איז גאר געווען א מקורב צום ריבניצער רבי'ן, און אפילו באקומען א ברכה פון עם צו עולה זיין לגדולה, אלס הכרת הטוב האט ער היינט אפגעשטאט א באזוך ביים ציון.
אינטרעסאנט אז מען האט עם נישט באשטיינערט,
פאר מער דעטאלן און בילדער זע דא
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 297
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:53 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: דער לייק איז פאר די שאלות וועלכע דו ברענסט אויף. א טייל, ווייס איך די ענטפער. די איבריגע וויל איך טאקע הערן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6343 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג יאנואר 10, 2017 3:54 pm

שמעתי מר' יצחק תהלים נ"י
ס'איז אמאל געווען א איד וואס האט געוואלט אריין גיין צום ריבנימער
אבער מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט
געווען איז דארט איין איד וואס האט זייער וויכטיג געדארפט א ישועה און האט זיך אנגעהויבן אריין שטופן
די גבאי וואס האט פרוירט צו האלטן סדר האט אים דערלאנגט ווי ס'ברויך צו זיין צוויי געזונטע פעטש
דער איד נאך מער צובראכען האט זיך אריינגעשטופט צום רבי'ן און אויסגעבראכן אין א געוויין
נישט גענוג מיין צרה וואס אויף דם איך בין געקומען לייג איך אפ בושות דא ווען דער גבאי צושלאגט מיר אזוי
דער רבי פרעגט אים וואספארא ישועה ער באדארף
האט ער געזאגט ער האט ביי אים אין שטוב אן עלטערען טאכטער וואס דארף א שידוך און ס'גייט נישט
זאגט אים דער רבי איך האב א גוטן שידוך "מיין גבאי"
דער איד זאגט אים אבער ער האט מיר יעצט צושלאגן?
זאגט אים געם רבי'ן אז ס'איז אן אפענעם פסוק "ויד העדים תהיה בו בראשונה"
ר' יצחק זאגט מיר אז ער קען די קינדער פון דעם שידוך
באניצער אוואטאר
סקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:23 pm

חוקר וסקרן האט געשריבן:שמעתי מר' יצחק תהלים נ"י
ס'איז אמאל געווען א איד וואס האט געוואלט אריין גיין צום ריבנימער
אבער מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט
געווען איז דארט איין איד וואס האט זייער וויכטיג געדארפט א ישועה און האט זיך אנגעהויבן אריין שטופן
די גבאי וואס האט פרוירט צו האלטן סדר האט אים דערלאנגט ווי ס'ברויך צו זיין צוויי געזונטע פעטש
דער איד נאך מער צובראכען האט זיך אריינגעשטופט צום רבי'ן און אויסגעבראכן אין א געוויין
נישט גענוג מיין צרה וואס אויף דם איך בין געקומען לייג איך אפ בושות דא ווען דער גבאי צושלאגט מיר אזוי
דער רבי פרעגט אים וואספארא ישועה ער באדארף
האט ער געזאגט ער האט ביי אים אין שטוב אן עלטערען טאכטער וואס דארף א שידוך און ס'גייט נישט
זאגט אים דער רבי איך האב א גוטן שידוך "מיין גבאי"
דער איד זאגט אים אבער ער האט מיר יעצט צושלאגן?
זאגט אים געם רבי'ן אז ס'איז אן אפענעם פסוק "ויד העדים תהיה בו בראשונה"
ר' יצחק זאגט מיר אז ער קען די קינדער פון דעם שידוך


און זייט דעמאלסט פירן זיך טאקע אלע גרושים און אלטע בחורים צוטיילן פעטש אלץ א סגולה וואס איז בדוק ומנוסה פונעם רבי׳ן פאר א שידוך...
הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ר״מ חכמי לובלין אויפוואקסענדיג אין שאץ וואס איז נאנט צו וויזניץ האט זיך אסאך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד, ער האט געזאגט ״עבודה האב איך מיך אויסגעלערנט אין וויזניץ״. ער האט זיך כסדר מזכיר געוועהן ביי אים און געבעטן די סב״ק הסכמה אויף
זיין ספר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4459
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:05 pm

חוקר וסקרן: ייש"כ. די מעשה ווארעמט מיך אן און מאכט מיך לאכן אין די זעלבע צייט. נאר אונזער היימישער (לאקאל) אפיקורס וכופר, מושב זקנים, וועט נאך אפיהר זוכן אן ענליכע מעשה וואס מ'פארציילט אויף להבדיל עפעס א גרויסן גלח און סעינט. אז איינער האט איהם דערלאנגט גוטע פעטש. און ער האט אויסגעדרייט די צווייטע באק און איהם דערלאנגט א קוש...כידוע. איז די קריסטליכע רעליגיע זייער א רחמנות'דיגע רעליגיע. נאר ווער האט אויסגעהרג'ט מיליאנען אידן אין אלע דורות...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6343 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:24 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:חוקר וסקרן: ייש"כ. די מעשה ווארעמט מיך אן און מאכט מיך לאכן אין די זעלבע צייט. נאר אונזער היימישער (לאקאל) אפיקורס וכופר, מושב זקנים, וועט נאך אפיהר זוכן אן ענליכע מעשה וואס מ'פארציילט אויף להבדיל עפעס א גרויסן גלח און סעינט. אז איינער האט איהם דערלאנגט גוטע פעטש. און ער האט אויסגעדרייט די צווייטע באק און איהם דערלאנגט א קוש...כידוע. איז די קריסטליכע רעליגיע זייער א רחמנות'דיגע רעליגיע. נאר ווער האט אויסגעהרג'ט מיליאנען אידן אין אלע דורות...?!


אלע רעליגיעס האבן געהארגט ספעציעל די ערשטע פאר הונדרעט יאהר פון זייער עקזיסטענס, די אידן האבן (לויט די תורה-נך) געהארגט און גערצחט, די קריסטליכע רעליגע איז יונגער מיט אפאר הונדרעט יאהר און די ערשטע פאר הונדרעט יאהר פון די נוצרים איז געוועהן די ׳מיטל-אלטער׳ און די ׳דאר״ק עידזשעס׳ אלץ א רעזולט פון די ׳שווארצע-מגיפה׳ און אנדרע עקאנאמישע און פאליטישע פראבלעמען וואס האט שטארק געדריקט אייראפע, די יונגסטע פון די דריי מעידשער רעליגיעס איז איסלאם וואס איז 600 יאהר יונגער פון קריסטאנטי און בערך 1500- 1200 יאהר יונגער פון די אידישע רעליגע, די היינטיגע פאנאטישע ראדיקאלע איסלאם אין געוויסע אראבישע לענדער שפיגלט טאקע אפ וויאזוי די קריסטענס האבן זיך אויפגעפירט פאר זעקס הונדרעט יאהר צוריק און די אידן פאר צוויי טויזענט יאר צוריק, ס׳וועט נעמען צייט ביז זיי און זייער קינדער וועלן זיך עוואלווען און נישט אננעמען זייער פארצייטישע רעליגעזע טעקסעס אלץ ליטעראל און אמת.
הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ר״מ חכמי לובלין אויפוואקסענדיג אין שאץ וואס איז נאנט צו וויזניץ האט זיך אסאך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד, ער האט געזאגט ״עבודה האב איך מיך אויסגעלערנט אין וויזניץ״. ער האט זיך כסדר מזכיר געוועהן ביי אים און געבעטן די סב״ק הסכמה אויף
זיין ספר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4459
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

Re: ר' חיים זאנוויל מ'ריבניץ זצוק"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:32 pm

שכתוב היסטאריא במיטבה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5931
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5634 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:40 pm

שבת אחים: דו מאכסט מיך א סאך מאל זיך גוט אונטערשמייכלען פון דיינע סימפליסטיק קאמענטארן. און וויאזוי דו זעהסט די וועלט. סאו, דו זאגסט אז די מוסלמענישע עקסטרעמיזם און מאסן רציחות וואס זיי באגייען זענען גאנץ נארמאלע ערשיינונגען. וואס ס'וועט זיך (אי"ה) כ'האב געוואלט שרייבן אי"ה , נאר ס'גייט נישט. לאמיר פרובירן...אינש'אללה...אט דאס גייט שוין בעסער.--- אויסארבעטן און די מוסלמענער וועללן ווערן ציוויליזירטע מענטשן מיט א יעדן צו גלייך...אויף דעם האביך 2 קשיות. די ערשטע קשיא איז. אז אין די תורה שטייט אויף ישמעאל..."והוא יהיה פרא אדם. ידו בכל, ויד כל בו"...אוקעי. די תורה איז אלט, ארכאאיש און אנאכראניסטיש. (טאמער ווייסטו נאכנישט וואס די ווערטער מיינען. ווייל אין וויזניצער חעידער האט מען דאס נישט געלערנט, קען איך עס דיר מפרש זיין.)...נו, וויאזוי קען זיין אנדערש. די 2'טע קשיא איז. אז אין די אלע הונדערטער יארן פון זייער היסטאריע זענען די מוסולמענר געווען פארהעלטניסמעסיג ציוויליזירט. עכ"פ. נישט אזעלכע גרויסע רוצחים און מאסן מערדערס ווי זיי זענען היינט. אפילו זייערע עלטערן. די וועלכע האבן אימיגרירט פון פאקיסטאן און אנדערע מדינות קיין ענגלאנד און אמעריקע, האבן זיך געטרייט אריין צו ארבעטן אין די אלגעמיינע סאסייעטי. און זיי האבן געשיקט זייערע קינדער צו ווערן דאקטוירים, לאיערס און ענדזשיניערס. דאס מוסולמענער ראדיקאליזם איז נאר אן ערשיינונג פון די לעצטע דרייסיג יאר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:43 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שכתוב היסטאריא במיטבה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גיי פרעג ר' ש.ב. אדער ר' ישראל מ. וואס דאס מיינט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6343 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:06 am

שבת אחים האט געשריבן:
חוקר וסקרן האט געשריבן:שמעתי מר' יצחק תהלים נ"י
ס'איז אמאל געווען א איד וואס האט געוואלט אריין גיין צום ריבנימער
אבער מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט
געווען איז דארט איין איד וואס האט זייער וויכטיג געדארפט א ישועה און האט זיך אנגעהויבן אריין שטופן
די גבאי וואס האט פרוירט צו האלטן סדר האט אים דערלאנגט ווי ס'ברויך צו זיין צוויי געזונטע פעטש
דער איד נאך מער צובראכען האט זיך אריינגעשטופט צום רבי'ן און אויסגעבראכן אין א געוויין
נישט גענוג מיין צרה וואס אויף דם איך בין געקומען לייג איך אפ בושות דא ווען דער גבאי צושלאגט מיר אזוי
דער רבי פרעגט אים וואספארא ישועה ער באדארף
האט ער געזאגט ער האט ביי אים אין שטוב אן עלטערען טאכטער וואס דארף א שידוך און ס'גייט נישט
זאגט אים דער רבי איך האב א גוטן שידוך "מיין גבאי"
דער איד זאגט אים אבער ער האט מיר יעצט צושלאגן?
זאגט אים געם רבי'ן אז ס'איז אן אפענעם פסוק "ויד העדים תהיה בו בראשונה"
ר' יצחק זאגט מיר אז ער קען די קינדער פון דעם שידוך


און זייט דעמאלסט פירן זיך טאקע אלע גרושים און אלטע בחורים צוטיילן פעטש אלץ א סגולה וואס איז בדוק ומנוסה פונעם רבי׳ן פאר א שידוך...


ביי דעם עובדא איז עס געווען אן עולם הפוך ראיתי און מ'האט מקדים געווען מכה לרפואה. געדענק אז די מצות עשה איז מיוחד פאר'ן "עדים" און דער מקבל איז דער "בו" דער "שבר" בת עמי וואס צומאל פארדינען זיי דאס ערליך, און א ודאי איז מצוה "בו" יותר מבשלוחו...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1463 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:12 am

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דו מאכסט מיך א סאך מאל זיך גוט אונטערשמייכלען פון דיינע סימפליסטיק קאמענטארן. און וויאזוי דו זעהסט די וועלט. סאו, דו זאגסט אז די מוסלמענישע עקסטרעמיזם און מאסן רציחות וואס זיי באגייען זענען גאנץ נארמאלע ערשיינונגען. וואס ס'וועט זיך (אי"ה) כ'האב געוואלט שרייבן אי"ה , נאר ס'גייט נישט. לאמיר פרובירן...אינש'אללה...אט דאס גייט שוין בעסער.--- אויסארבעטן און די מוסלמענער וועללן ווערן ציוויליזירטע מענטשן מיט א יעדן צו גלייך...אויף דעם האביך 2 קשיות. די ערשטע קשיא איז. אז אין די תורה שטייט אויף ישמעאל..."והוא יהיה פרא אדם. ידו בכל, ויד כל בו"...אוקעי. די תורה איז אלט, ארכאאיש און אנאכראניסטיש. (טאמער ווייסטו נאכנישט וואס די ווערטער מיינען. ווייל אין וויזניצער חעידער האט מען דאס נישט געלערנט, קען איך עס דיר מפרש זיין.)...נו, וויאזוי קען זיין אנדערש. די 2'טע קשיא איז. אז אין די אלע הונדערטער יארן פון זייער היסטאריע זענען די מוסולמענר געווען פארהעלטניסמעסיג ציוויליזירט. עכ"פ. נישט אזעלכע גרויסע רוצחים און מאסן מערדערס ווי זיי זענען היינט. אפילו זייערע עלטערן. די וועלכע האבן אימיגרירט פון פאקיסטאן און אנדערע מדינות קיין ענגלאנד און אמעריקע, האבן זיך געטרייט אריין צו ארבעטן אין די אלגעמיינע סאסייעטי. און זיי האבן געשיקט זייערע קינדער צו ווערן דאקטוירים, לאיערס און ענדזשיניערס. דאס מוסולמענער ראדיקאליזם איז נאר אן ערשיינונג פון די לעצטע דרייסיג יאר...!


אמת, די מוסלימענער זענען געפארן שטארק רעכטס אין די לעצטע דרייסיג-פופציג יאהר, פארקערט בימים ההם זענען די אראבער געוועהן זייער inventive און פארגעשריטן און זיי זענען געוועהן פון די ערשטע מאטימטאקער, זיי זענען אויפגעקומען מיט אלג׳ברא און מעהר. מיינט נאכנישט אז אלע פון זיי זענען געוועהן נארמאלע פארגעשריטענע מענטשען און זיי האבן זיך נישט גערצחט איינער מיטן צווייטן, למעשה מיט דעם אלעמען וואס זיי זענען געוועהן פארגעשריטן פאר יענע צייטן זענען די אראבער געוועהן גרויסע רוצחים אויב סהאט אויסגעפעלט און געדינט זייערע צוועקן.

מיין פוינט האסטו ווי געווענטליך נישט פארשטאנען, דו האסט געשריבן אז די נוצרים זענען א רעליגע פון רחמנות און דו האסט זיך באצויגן צו די באוויסטע מימרא פון יאשקע-Turn the other cheek, און דו לאכסט זיי אויס אז זיי פראקטצירן נישט וואס זיי פרעדיגן והא ראי׳ אז אין די מיטעל-אלטער האט די אינקוואזיצע געהארגט אידן אין נאמען פון יאשקע- אויף דעם בין איך מודה אז איר זענט גערעכט אבער למען האמת האבן אלע רעליגיעס אריינגערעכענט אידן געהארגט און געפלינדערט אין נאמען פון גאט, יעדער אין אנדערע עראס און דורות, די נוצרים זענען נישט די איינציגסטע רעליגע וואס פארקויפט כאילו זיי זענען איידלע וואוילע מענשטען און דערווייל זענען זיי חיות- אלע רעליגיעס האבן געטוהן און טוהן נאך היינט די זעלבע! זיי זאגן איין זאך און ווען ס׳קומט זיי גיט אויס האבן זיי טויזענט תירוצים פארוואס יענעמס בלוט ווערט פלוצלינג הפקר. די חיות אין די ווילדערנעס הארגענען אויך אויס אנדערע גרופעס- נישט נאר פאר עסען, צום ביישפיל שימפאנזיע מאנקיס רצח׳נן זיך איין גרופע מיטן צווייטן. מענטשען זענען אבער קלוגער, מיר האבן דיוועלפעט א וועג וואס הייסט ׳דיפלאמסי׳ אונז קענען אראפזעצן ביי איין טיש צוויי גרופעס/שבטים/דינאמאנציעס און דורכרעדן ווי נארמאלע מענטשען וויאזוי מ׳קען פארהאנדלן אז ביידע זייטן זאלן זיין צופרידן אן קיין בייז בלוט און מלחמות, אדער לכה״פ גיין אין די דירעקציע- דעס איז סאיז נאך פארהאנען היינטיגע צייטן די אלטמאדישע ׳טויט-שארף׳ און אפהאקן קעפ וכודומה אין די אראבישע לענדער (און אין אמעריקע, ליידער!) פאר פשוטע נערישע רעליגעזע צוועקן אט דאס איז די גרעסטע ראי׳ אז זיי זענען ווייט פון ציווילזירטע מענטשען, למעשה זענען מיר סעמי-ציוויליזרטע הומאנס מיט בעסבול-קעפ׳ס און אויטמאטישע וואפן, גרויסע חלקים פון די מאפע אויף דער וועלט -גאנצע לענדער איז נאכאלץ צוריקגעשטאנען און די מענטשען לעבן ווי חיות אין א זשונגעל, צוריקגעשטאנענע מענשטען וואס זענען נישט עדיוקעטעט וועלן אייביג אנקוקן אנדערע מענשטען/גרופעס וואס זענען פונקט נישט צאמגעשטעלט מיט די זעלבע די ען עי ווי זיי און האבן אנדערע זשענעטיקס אין אויסזעה ווי זיי, וועלן זיי אנקוקן די מענטשען מיט חשדות אלץ א פאטענציעלע טרעד און א סכנה פאר זייער עקזיסטענס,זיי האבן גאר א קליינע פראבלעם צו הארגענען אנדערע פאר נישטיקייטן און רעליגעזע איינרעדענישן, קולטוראל עוואלציע און ציוויליזציע נעמט אסאך צייט און דורות ביז רוב מענטשען ווערן ׳ציוויליזרטע מענטשען׳ וואס פארשטיין אז אלע הומאנס וואלטן געקענט לעבן אין הארמאניע און אין קאו עקזיסטענץ. למעשה האבן אונז מענטשען נאכאלץ די חיה׳ישע אינסטינקט פון הארגענען אדער ווערן געהארגעט, די פן ירבה ונוסף גם על שונאני איז נאכאלץ אין אונזער קאנטשעס און סוב-קאנטשעס-דאס האב איך געמיינט מיט מיין פריערדיגע תגובה. ווער ספארשטייט נישט זאל אריינפרעגן, ווער סהאלט אנדערש זאל מיך אפפרעגן, אדרבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:07 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4459
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט