הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

שליחה דורך שעפטל »

איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט ארויפלייגן קיין בילדער.

ר' שמואל איז געווען געווען פון די גרעסטע תומכים בקהילות ובמוסדות סאטמאר בכלל, און מוסדות יטב לב בארץ הקודש בפרט, ווי ער האט טאקע געדינט אלס חבר הנהלה. און האט געדינט אלס סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר פאר די לעצטע 15 יאר.


וואס ס'ליגט איר אויפן זכרון האט ער איבערגעלאזט די קינדער
מו"ה משה דוד הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה ברוך מרדכי הי"ו, מאנטריאל
הרה"ג ר' אברהם שליט"א, וויליאמסבורג
הרה"ג ר' שבתי שליט"א, קרית יואל

און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

אגב, אן אינטערסאנטע מעשה איז דא די וואך אינעם זקניך ויאמרו לך, וואס קומט ארויס דורך די ת"ת תורה ויראה דרב"י מסאטמאר קרית יואל

ר' שמואל דערציילט:
אלס בחור האב איך געלערנט אין ביהמ"ד עליון אין מאנסי, אבער איך האב זוכה געווען צו זיין זייער אדוק ומקושר אין כ"ק מרן רביה"ק זי"ע (בעל דברי יואל), און ביי יעדע געלעגענהייט ווען איך בין נישט געווען אין ישיבה האב איך זיך געפונען בקרבתו, סיי ביי רבי'ן אין שטוב סיי אין ביהמ"ד.

כאטש איך האב נישט געלערנט במשך מיינע ימי הבחרות אין די סאטמארע ישיבה בין איך געווען א געהעריגער 'סאטמארער בחור', און יעדע זאך וואס דער רבי האט פארלאנגט פונעם ציבור, אדער פון די בחורים אין די ישיבה, האט מיך אויך מחייב געווען, און איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון גארנישט.

כידוע פלעגט דער רבי הייסן די בחורים גיין נאך געלט, ער האט געהאט זיינע צדקה צוועק, ער פלעגט נישט זאגן פארוואס ער שיקט נאך געלט, ער פלעגט נאר שיקן און די בחורים זענען געגאנגען.

עטליכע מאל געדענק איך אז איך האב אפילו נישט געגעסן די סעודת פורים, נאר במשך דעם גאנצן טאג בין איך ארומגעלאפן נאך געלט, און ביינאכט פארן זמן האט מען זיך געוואשן אויף א כזית כדי יוצא צו זיין דעם חובת מצות היום, אלעס ווייל דער רבי האט געבעטן צו גיין נאך געלט. נאך פורים פלעגן מיר אליינס אריינגיין צום רבי'ן און אים איבערגעבן דאס געלט.

אין יענע צייט ווען עס זענען נישט געווען קיין יונגע בחורים, נאר גרעסערע ערוואקסענע בחורים, זענען די בחורים מיט גארנישט געווען אנדערש ווי די בעה"ב אין ביהמ"ד, טייל בחורים האבן דאך שוין געארבעט, אבער אויך די בחורים וואס האבן געלערנט אין די ישיבה האבן געהאט אלע התחייבות'ער כלפי די קהילה אזוי ווי די בעלי בתים.

איז געווען בשעת ווען דער רבי האט געבויעט די מקוה בשנת תשי"ב, האט דער רבי עטליכע מאל געבעטן געלט פונעם עולם. איינמאל האט דער רבי גערעדט צום ציבור און ער האט געזאגט אז ער בעט אז יעדער זאל צושטייער געבן 'זעקס דאללער נישט ווייניגער'. איך בין געווען א בחור וואס האט געוואוינט ביי מיין טאטן אין שטוב, און איך האב נישט געהאט קיין איין פעני.

אבער אז דער רבי האט געהייסן איז דאך נישט שייך געווען, האב איך זיך ארויסגעלאזט צוזאמען שטעלן דאס געלט, איך האב זייער שווער געארבעט ביז ווען איך האב מצליח געווען צו מאכן דריי דאללער, מער האב איך נישט געקענט. (היינט קען מען נישט פארשטיי וואס פארא ווערט געלט האט אמאל געהאט, וויפיל מען האט זיך געמוטשעט צוזאמען צו שטעלן איין דאללער, איך בין ביז היינט מחשיב יעדן דאללער וואס א איד גיט פאר צדקה, ווייל איך געדענק נאך וויפיל איך האב זיך געמוטשעט דערפאר).

עס איז געווען א מאנטאג אינדערפרי, איך האב שוין געוואלט צוריק גיין אין די ישיבה, אבער קיין זעקס דאללער האב איך נישט געהאט. בין איך אריין צום רבי'ן און איבערגעגעבן די דריי דאללער, און איך האב געזאגט "איך דארף צוריק פארן אין די ישיבה, איך האב נישט מער".

איך געדענק דאס ווי היינט ווי דער רבי האט מיך אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און מיט א שמייכל און שמחה געזאגט "דו וועסט האבן, דו וועסט האבן". תלי"ת ברכת צדיק עשתה רושם, און די ווערטער פונעם רבי'ן זענען ב"ה מקוים געווארן
בייגעלייגטע פיילס
לוי' מסגן ראה''ק.jpg
לוי' מסגן ראה''ק.jpg (139.56 KiB) געזען געווארן 2687 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר