הצדיק הרב הלל מאוזעס

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הצדיק הרב הלל מאוזעס

שליחה דורך אויסגערוט »

איך זע אז דער עולם גייט אזוי הין און צוריק אויפן באקאנטער שומר שבת גבאי ר' משה מעצגער איז מיר אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט דא גארנישט אויף דעם אלעמען באליבטער ר' הלל.

ר' הלל איז ידוע לכל אלס א ווייך הארץ וואס עט זיך אויסטון נאקעט צו העלפן א צווייטער. די היטשעס, קוויטלעך, סוזק"ש, און ברכו איז שוין פון די קלייניגקייטן. איך געדענק אז פאר פופצן-צוואנציג יאר צוריק האט מען נאך געקענט מיט אים מאכן דאס גענאר, היינט צוטאגס האט ער זיך היבש אויסגעריבן און לאזט זיך נישט ווערן ארומגעשפילט.
אינטערעסאנט איז אויך אז ער מיט ר' משה קומען זיך אינגאנצען נישט אויס (איך ווייס נישט די היסטארי צווישן זיי..וה' יאיר עיני). אסאך מאל איז עס ממש א קאץ און מויז פייט..איך זאג יא.. איך זאג ניין... וואס איז בכלל נישט ר' הלל'ס מהות.

ווי אויך איז ער א מוראדיגע נחבא אל הכלים, ער וויל נישט קיין אינטערוויוס און אנדערע סארט אדווערטייזמענט. ווי למשל ביי דער "הלל מחייב" אקציע (ווער געדענקט נאך??!!) האט מען אים ארויפגעשמירט אויף אלע פאוסטערס און בנינים און סהאט אים זייער געבאדערט. ער האט זיך אויפגעשטעלט אין שומר שבת און מוחה געווען לעיני כל אז סאיז געטון געווארן אן זיין רשות.

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב ווייסט איינער וויזוי ער איז אנגעקומען צו דעם פאסטן, ווי אויך זיין בעקגראונד און צו האט ער א דזאב דורכן טאג, וכו'...

סאיז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער איך דארף היטן אויפן אויסגערוטקייט :lol:

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר