החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

פון ארצינו הק' קומט די בשורה ל''ט אז דער לעגענדארער חוקר ומחבר ספרים חשובים הרה''ח ר' יהושע מונדשיין ע''ה איז ל''ע נפטר געווארען.


פאר ווער עס האט נאר א שטיקעל אינטערעס אין די תחום פון ספרים וסופרים דארף מען מער גארנישט צולייגען, דאס בלויזע דערמאנען זיין נאמען איז גענוג מען זאל איינזעהן וואסערע גרויסע פארלוסט דאס איז לחקר ההיסטוריה האמיתית.


לכאורה האב איך עם קיינמאל נישט פערזענליך באגעגענט אבער זיינע ווערק האב איך כמעט אלע געלעהזט און גענוצט.



ר' יהושע האט אליינס מחבר א טוץ ספרים הויפטזעכליך ליובאוויטשע ביבליוגראפיע און היסטאריע ,די לעצטע צוויי זייענדיג די ספרים 'המאסר הראשון' און 'המסע האחרון' וואס זענען ביידע פענעמאלע ווערק.


עס דארף באצייכענט ווערען אז דער רבי האט זיך אויך סומך געווען אויף זיינע ווערק און האט זאגאר עם געבעטען צו ארבייטען אויף די ליובאוויטשע ביבליוגראפישע ספרים.


א חוץ פון זיינע אייגענע ספרים ווערט ער דערמאנט לשבח אין די הקדמות פון צעהנדליגע ספרים סיי מיטען העלפען טרעפען כתבי יד זייענדיג א ספרן מומחה פאר לאנגע יארען אינערהאלב די סיה''ל און סיי בכלל העלפען טרעפען תולדות און מאכען זיכער אז זאכען ''שטימען'' טאקע.


ר' יהושע האט געפירט א מלחמת חורמה מיט די כת הזייפנים, די קליינע קליקע וואס לעבען אין א דמיון אז זיי זענען די לעצטע געבליבענע הייפעלע עכטע ליטוואקעס וואס פירען נאך א מלחמה מיט די פארפיינטע חסידים. ובראשם דוב אליאך מב''ב (מחבר פונעם בוך 'הגאון' וואס לייגט אראפ דער הייליגער קדושת לוי כמעט ווי א גאסען יונג ומאידך הייבט אויף פארשידענע ליטוואקעס וואס זענען געווען אנשים מפוקפקים) וכת דיליה און דוד קאמינעצקי מי-ם, און ער האט אויסגענוצט זיין לעצטע ספר המאסר הראשון פיין אפצוענטפערען אליאך'ס הבלים.


הן אמת, אסאך זענען ביי די דעה אז אלמלא ר' יהושע וואלט געשריבען דאס וואס ער האט געשריבען אין די 'כרם חב''ד' ח''ד (ווי ער ווייזט אויף בראיות ברורות אז ווילנא איז געווען ווייט פון א עיר הצדק בתקופת הגאון, פאר יארען בעפאר דעם גאון און לאנגע יארען דערנאך, האט דער אב''ד זיך געשלאגען מיט די פרנסים, די פרנסים מיטען קהל, און קהל מיטען המון און זיי אלע צווישען זיך עקסטער) וואלט יענע פרק אין הגאון נישט צושטאנד געקומען ווייל פארשטייט זיך אז זיי האבען געפילט אז אויף אזוינע אויפדעקונגען קען מען נישט אריבערגיין בשתיקה. אבער ר' יהושע ביי וועם דער אמת איז געווען אהוב מכול האט כנראה געהאלטען אז די ריסק לוינט זיך.


איינע פון זיינע אייגענארטיקייטען איז אז ער איין חודש געקענט שרייבען א מאמר/תגובה פאר די פרומע קובץ נר ישראל און די נעקסטע חודש שרייבען אינעם נישט-צו-פרומע קובץ קדתרה בהוצאת יד בן צבי.


ר' יהושע האט א לענגערע צייט אפגעשריבען א פרויעקט בשם 'סיפורים וגלגיליהם' ווי ער האט אריבערגעפירט 74 באקאנטע און ווייניגער באקאנטע סיפורים ומסורות תחת שבט ההיגיון וההיסטריה, און עס איז א תענוג צרוף זיי צי ליינען.


אין איינע פון די לעצטע פרקים (פרק ע''א) האט ער דערמאנט דעם נוכל וגנב 'הרב' סאלאמאן משטעפינעשט החדשה און האט מבטיח געווען אז ער וועט נאך צוריקומען מטפל זיין מיט עם כדבעי, חבל שלא זכינו לכך.


איינע פון זיינע שטארקע מעלות איז געווען אז ער האט נישט מהסס געווען זיך מטפל צו זיין בפרות קדושות, שטארקע אנגענומען ווערסיעס ומסורות אויב ער האט געהאלטען אז זיי שטימען נישט, און אויב עס קען במציאות נישט זיין אז דער בעש''ט האט געטראפען דעם מלבי''ם און עס פארציילט פאר פאפע רבי דאן איז נישט קיין חילוק אויב צאנזער רב, ר' יאנקלה אדער ר' ניסן מראזוב פארציילט אזוי. דאס איז כולל חבד'סקע סיפורים אויך.


איך געדענק ווי נאך די פטירה פון הרבי מלויבאויטש האט איך געליינט א בריוו פון עם וואס האט מיר פארענטפערט עפעס וואס האט מיך א לאנגע צייט געבאדערט. דהיינו יעדער געדענט ווי גוטניק מאוסטראליע האט אויסגעגאסען מיליאנען (אלעס פון זיינע סטאקהאלדערס נישט זיין אייגענע געלט) אויף צו טרעפען דיימאנטען זיך פארלאזענדיג אויפען רבין'ס ברכה וואס האט אנגעבליך געווינטשען ער זאל טרעפען ''אבנים טובות ומרגליות''.


והנה מען קען האלטען וואס מען וויל פונעם רבין אבער קיין חדר אינגעל איז ער נישט געווען און ווען ער האט עפעס קלאר געזאגט איז עס געשעהן און דא טרעפט גוטניק נישט קיין איין איינציגע דיימאנט אתמהה? עד שבא ר' יהושע וגילה לנו אז די 'ברכה' האט איינער פון די משתבקים בקודש איבערגעבען נאך די רבי'ס לעצטע אירוע מוחי (וואס היינט ווייסט שוין יעדער אז דער רבי האט נישט גערעדט קיין ווארט נאכדעם, אבער אין יענע יארען האט מען געדארפט אסאך קוראדשז צו שרייבען אזאנס) און פשוט ביותר אז ער האט קיינמאל אזא ברכה נישט געגעבען.


איבעריג צו זאגען אז די כת המשיחיסטען ההזויים זענען ביי עם געווען אפגעפרעגט אינגאנצען.


לויט וויקיפעדיע האט ער אויך אפגעלאכט פון די נייע חב''דסקע מנהג צי 'שיקען' בריוו צום רבין דורעך אריינלייגען אין א באנד אגרות קודש.


מען קען נאך אסאך מאריך זיין במקום שאני מקצר, יהי זכרו ברוך!

דער אשכול פארמאגט 62 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר