הלל מוזעס פון שומר שבת

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הלל מוזעס פון שומר שבת

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איינער דארף לעיקוואד, דריי דארפן מאנסי, פלי פליז עניוואן גאוינג טאו עיטין ענד סיקסטי פייוו.
דאס זענען די ווערטער מ'הערט ווען מ'שפאציערט אריין אין שומר שבת עני טיים נאך אכטע אויף די נאכט.

הלל מוזעס פלעגט זיין גבאי אין א קליין בית מדרשל אויף 15עוו אבער שנעל האט ער געטראפן זיין פלאץ אין שומר שבת ווי ער טויגט פאר זיין גבאות, כמיין קיינער חוץ משה קען נישט זאגן קיין שלעכט ווארט אויף עיהם.

אביסעל א נידריגע מיט א שמיציג קורצע רעקל הויזן ביזן בויך מיט א אמאליגע ווייסע העמעד אין א היא ענדליך צו אראפ געבויגען.
איינער האט עיהם געזאגט ער איז א גוט זאגער, ער קראכט קארני וויצן א גאנצע טאג, אבער ער איז עיי וואן אין די דזאב פון גבאות

ער קומט אן בערך אכט אזייגער מיט די בייק, כאפט א פסק פון משה אויף עני ענין שייך אין הייבט אן מיט די ארבייט, ער האט זיך אונטער גענומען א מצווה פון טרעפן רייד'ס פאר ווער נאר, ממילא האט משה בלית ברירה אויך גענומען אויף זיך די מצווה, וואס געפעלט עיהם בכלל נישט. מ׳קען זעהן זייני נישט צופרידענקייט ביים זוכן א רייד

איינער האט הלל מסדר געווען א סעלפאון ווי אלע דרייווערס רופן אריין ווען אין ווי זיי פארן אין ער שאפט ריידס פאר די עולם רעכטס אין לינקס, גראדע זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי ער קלאפט די אויתיות אויפן סעלל, ליגט די געלעזער אויפן שפיץ נאז אין קלאפט מיט א מוראדיגע ערענצקייט
אין די זומער איז זיין שטארקע סיזען היות דעמאלטס זיכן אסאך צו די קאנטרי,

ער מאכט זיכער צו קלאפן מיט די פישקעס אין יעדער מנין, ער ווייסט אז טאמער נישט כאפט ער פון משה איבערן קאפ, משה מער ווייניגער פסקעווט עיהם פיפצין מאל א טאג לכה״פ אבער הלל לאכט זיך אויס מיט א שטארק קייט, ער זאגט ברכו קנאפע פינף הונדרעט מאל א טאג אין קדיש דריי הונדערט מאל א טאג,

די שטיתים וואס ער רעדט צוזאם ביים אפיעל איז אין לשער, דאס דארף מען קענען, אמאל געווען....

אקעי כהאב נישט גידולד מער פאר הלל, אפשר א צווייטע מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר