סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1315 מאל

סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"ל

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

ס'איז געווארן אויפגעברענגט אין אן אנדערע אשכול, שלא במקומו, א מיני וויכוח איבער באקאנטע סיפורי נפלאות אויף דעם צדיק וקדוש. ס'זענען עניינים וואס ווערן בכלל אסאך ארויפגעברענגט אויפן טיש ווען מ'רעדט אמאל פון גדולי ישראל מיט איבערגעווענדליכע חכמה. איינער פארציילט אז ר' מיכאל בער האט אויסגעטראפן א קאר וואס קען ווערן געטריבן מיט וואסער אנשטאט געזאלין. א צווייטער ווייסט צו פארציילן א ער האט געדענקט דעם גאנצן "קיקיון דיונה" אויפן לשון נאכן עס איינמאל אדורכלערנען און אקספורד לייברערי. א דריטער וועט נישט פארגעסן צו דערמאנען ווי ר' מיכאל בער האט געקענט מער שפראכן ווי דער מלאך גבריאל. איך בין בכלל שטארק מסופק אין די גאנצע אויסטעאלישע גאונות פון ר' מיכאל בער ז"ל. מיר קוקט עס עפעס אויס ווי א שיינע אגדה מיט א שוואכע, כאטש עפעס אן אחוזה צום אמת.

אין די גאס מאלט מען אים אראפ ווי עפעס א מוח נפלא וואס דער וועלט האט זעלטן געזעהן, אבער ווען מ'צולייגט עס אויף קליין-געלט בלייבט נישט קיין סאך איבער. קיין ספרים האט ער נישט געלאזט ממילא איז נישטא ווי נאכצוקוקן זיין גאונות. עפעס א קליין ספר'ל ליקוטים איז פון אים געבליבן, באשטייט עס פון גאנץ שוואכע מעשיות. אמת, מ'קען זעהן אז קיין קטלא קניא איז ער נישט געווען, געקענט לערנען, אבער וויפיל? דאס זעהט מען נישט דארט. שיינע תורות וואס יעדער מאן דהו מיט א ביסל געדולד קען דאס אויך אויסטרעפן. דילוגי אותיות, א נארישע טעאריע, פאסט זיך פאר זמיר כהן זיך אפצוגעבן מיט אזעלעכע דמיונות. אפאר תשובות דא און דארט, גאנץ פיין. א פחד פון א לשון, קיין שרייבער איז ער זיכער נישט געווען. דעם "הישיבה והישוב" זיינעם, שוין, לאמיר נישט רעדן דערוועגן. נישטא קיין שיעורים, בירורי הלכות, חידושי סוגיות, פירושי התורה וכו' וכו' וואס וואלט ווען געדארפט בלייבן פון אזא גדול. טענה'ט איינער אז ער האט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן. וואו זענען אבער די תלמידים זיינע, זיי האבן אויך גארנישט געשריבן? ווידער די אלע שיינע מעשיות וואס מ'פארצייל נאך אויף אים, איז עס עפעס מער ווערט ווי סיי וועלעכע אנדערע סיפורי חסידים?

צו מיר זעהט אויס ווי דער איז געווען גאנץ א גוטן קאפ, געהאט ידיעות מער, אדער אפשר היבש מער ווי סתם עולם גולם. עהרליך איז ער געווען מיט אן עקסטרעם, און נאך מער פון דער א תמים. תמימות'דיג אין פולען זין פון ווארט, געגלייבט יעדעם אויפן ווארט, אנגעפאנגן פון א ישיבה בחור'ל מיט א תפילין זעקל, ביז הויך-ראנקיגע נאציס, באקאנטע געשולטער ליגענערס ווי קורט בעכער און וויסליצעני. מ'האט אים געקענט פארקויפן די ברוקלין בריק און ער האט דיר נאך צוריקגעגעבן טשענזש די מאנהעטן בריק. דאס בערך איז דאך געווען וואס ער האט פארהאנדעלט מיט הימלער, ער האט געפלאסן געלט און זיי האבן אים באשאטן מיט הבטחות. האט ער זיי געכאפט ביי איין ליגענט האבן זיי אים פארגיטיגט מיט צוויי פרישע ליגענטס, און ער האט עס נאך געקויפט פאר גוט געלט. וואס הייסט, ער איז דאך ארויס מיט ריווח.

ס'נישט קיין ספק אז וואס ער האט געטוען איז געווען כולו לשמה. דאס איז א דאנק זיין אויסטערלישע עהרליכקייט און ביטול היש. ער האט קיינעם נישט געבעטן אנערקענונג פאר זיינע פעולות סיי במשך ימי השואה (ער האט דאך אלעמאל געהאלטן אז עפעס האט ער יא געראטוועט), און אזוי שפעטער מיטן בויען און מחזיק זיין די ישיבה און דער ישוב (אויך נישט קיין ווייס איך וואס הצלחה געהאט, נישט אוועקצומאכן, אבער אנדערע רבי'ס בימיו, סאך שוואכערע פון אים האבן פיל מער דעגרייכט, בכמות עכ"פ). ס'אויך נישט קיין ספק אז ער האט פארשטאנען אן עסק און געווען זייער א שעפערישער כאראקטער. זיין הבנה אין אן עניין, פון די ביסל וואס איז יא פארבליבן, ווייזט אויכעט אז ער וואלט ווען געקענט וואקסן א גדול ווען די אומשטענדן ערלויבן ווען. וואס די אומשטענדן זענען געווען, דאס קען מען זיך שוין מתווכח זיין. צי איז דאס געווען זיין מצב הבריאות, צי די שטענדיגע עסקנות זיינע האט אים אין דער ערד געלייגט, איז דאס גאר די שולד פון זיין גוטן-קאפ-סינדראם, כ'ווייס נישט. אבער פון דארט ביז די אלע נייטרא אגדות און באבא-מעשיות ארום ר' מיכאל בער איז פאלג מיר א גאנג.

דער אשכול פארמאגט 59 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר