דער פרייער מוסערניק, שרייבער און פאעט חיים גראדע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

דער פרייער מוסערניק, שרייבער און פאעט חיים גראדע

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:48 pm

דער שרייבער און פאעט חיים גראדע ווערט פאררעכענט צו זיין פון די גרעסטע און געלונגעסטע און אידיש ליטראטור ער האט אפגעשריבען צען בענדער פאעזיע און עטליכע ביכער פראזע ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין שטארקען כח צו אראפלייגן געשענישן אזוי לעבעדיג אז דער לייענער זאל שפירן ווי ער לעבט דאס אליין מיט, אין זיינע ווערק קומען צוריק צום לעבן דער מזרח יוראפעאישע לעבן מיט איר אידישען פראכט וואס איז אפגעשטארבען אינעם גרויסען חורבן, די בעל בתים אין ווילנא שול די עפעל פארקויפערטע און מארק דער בחור מיט זיין וואקלענישען אין ישיבה אלעס באקימט צוריק זייער לעבעדיג פארב, חיים האט געהאט גאר אן אינטערעסאנט לעבן אנהייבענדיג און די מוסר ישובות און דערנאך האט ער געלערנט זיבן יאר מיטן חזו''א זצ''ל און דערנאך האט פארלאזט דעם אידישן וועג ווערענדיג פון די סאמע אויסעריפענסטע אידישע דיכטער פון די לעצטע דור,

צו באשרייבן ריכטיג אזא טיפען פילפארביג פיגור ווי חיים גראדע פאדערט זיך א פיל בעסערן שרייבער און שריפטשטעלער ווי איך בין, דערפאר וועל איך אפילו נישט פרובירן צי פרודוצירן א פולשטענדיגען ביאגראפישער ארטיקל דא, נאר ענדערש זאל דאס דינען ווי א פתיחה אויפ'ן ענין ווי איך וועל פרובירן אריסציגעבן מיינע ידיעות אויף דער פערזענליכקייט אויף בעסטן סדר וואס איך בין ביכולת, ויבואו חכמים ויגידו אין זאלן משלים זיין יעדער לפי כחו אשר ברכו השם,

חיים גראדע איז געבוירן אין 1910 צי זיין טאטע שלמה מרדכי אין זיין מאמע וועלע אין ווילנא, זיין טאטע איז געווען א מלמד אין א משכיל אין פלעגט זיך אפט רייבן מיט די ארטיגע רבנים, ער איז אוועק ווען חיים איז נאך געווען אינג אין חיים איז געבליבן וואוינען מיט זיין מאמע אין א פינסטערען קעלער וואס האט אפילו קיין פענסטער נישט געהאט, אזוי אז אפילו בייטאג איז דארט געוועזן פינסטער, חיים פלעגט אפט רעדן מיט נאסטאלגיע ווי ער פלעגט אין דעם פינסטער קעלער ליינען אידישע ביכער ביי א דומען ליכטל, זיין מאמע האט פארקויפט עפעל אין מארק צי ברענגען עפעס צו דערהאלטן ביים לעבן
אין זיינע ביכער לייגט ער אראפ זיין מאמעס מוטשערייען ביים פארקויפען די עפל אין די היצן און אין די קעלט, בכלל האט זיין מאמע געהאט א ספעציעלע ארט אין זיין הארץ און ער האט א גרויס חלק פון זיינע ווערק אפגעגעבן פאר איר אנדענק, אין זיין ערשטע בוך פון לידער האט ער אפגעשריבן א הארציג ליד וואס ברענגט ארויס איר ווי שווער זי האט געארבעט, אין דאס ליד האט זיך שטארק אויפגעכאפט אין מענטשן פלעגן איר אפשטעלן אין גאס פרעגן איר זענט גראדע'ס מאמע? און ווען זי האט זיך צו אים אפגערעדט אז ער האט איר געמאכט פאר א רחמנות קעיס אין די גאס האט ער איר געזאגט אדרבה, וואלסטו געווען די בריסקע רביצין וואלטן זיי דיר נישט געקימען פרעגן, עס וואלט זיי נישט אינטערעסירט, נאר זיי האבן אלע אין דעם ליד געזען זייער מאמע, דעריבער זענען זיי געקימן דיר פרעגען, זיי האבן געזען אין דעם ליד דיך אין זייער מאמען,

חיים האט אלץ קינד געלערנט אין א אידישיסטישע שולע אין שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבה ער האט זיך דורכגעדרייעט די נאווארדיקע עקסטרעמע מוסר ישיבות, אין אנפאנג האט ער שטארק פרובירט צי ארבעטן אויף זיך אבער למעשה האט ער געהאט פראבלעמען מיט מתגבר זיין אויף זיינע תאוות , אין ער האט אויך געהאט א שטארקע נטיה צי פאעזיע, אין די ביידע צוזאמען האבן אים נישט איבערגעלאזט מיט צופיל חשק צום לערנען און צום שווערען אויסמוטשידיגע מוסר לעבן,
מיט די צייט האט ער זיך שטארק אריינגעטון אין אידישע פאעזיע אין אנגעהויבן שרייבן אייגענע פאעמעס ער האט אויך אסאך געליינט ביכער וואס ער באצייכענט ''טרייף פסול'ס'' דאס האט אים אסאך פארפלאנטערט מיט די ראשי הישיבה, אין זיין נאראטיוו-פאעם 'מוסערניקעס' לייגט ער אראפ ווי די משגיח האט געכאפט ביי אים א ביכל און ער האט געדארפט געבן א תקיעת כף אז מער וועט ער אזעלכע זאכן נישט לייענען, למעשה אין 1930 האט מען אים פארשיקט פון ישיבה, ער האט נאך געלערנט מיטן חזו''א עטליכע יאר און ווען דער חזו''א איז אוועק קיין א''י האט חיים אינגאנצן איבערגעלאזט אידישקייט,
אין זיין פאלעמיש ווערק 'מיין קריג מיט הירש רייסנר' קען מען אנזען פון צווישן די שורות ווי ער באשולדיגט די מוסערניקעס מיט זיין צו פארהארטעוועט אין נישט זיין גרייט צו העלפן די וואס האבן אביסל געגליטשט פון זייער עקסטרעמע פרומע לעבנסשטייגער, און כאילו דאס האט גורם געווען אז ער זאל אינגאנצען אפפארען, איך וועל דא איבערטייטשן פון די ענגלישע מהודרא (די אידישע איז גאר שווער צו טרעפן, די איינציגסטע וואס איך האב געפינען איז געווען אונעם ייווא צענטער,) דאס איז פון זיין לעצטע ענטפער צו רייסנר נאכדעם ווי רייסנר האט אים שטארק אריינגעזאגט פארן איבערלאזן דאס אידיש וועג,
איך קען אויסשרייען צו אייך און פארלאנגען פון אייך פאררעכענונג,אויב מיר האבן איבערגעלאזט דאס אידיש טראדיציע איז דאס אייער שולד, איר האט זיך פארבאריקאדירט אין פארמאכט די גראטעס אין נישט געלאזט קיינעם ארויס צום אפען וועלט, האט איינער ארויסגשטעקט זייין קאפ האט איר פרובירט אים צוריקצישלעפען ביי זיינע פיס, אין אויב איז אייך נישט געלונגען האט איר זיין גאנצן גוף ארויסגעשטופט אין פארמאכט די טיר אינטער אים מיט א קללה, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין פלאץ ווי צוריקצוגיין האט ער געדארפט גיין ווייטער ווי ער האט געוואלט,


אין אן אינטערוויא ווי דער אויספרעגער האט אים אנגעפרעגט צו ער קען אנגעבן וואס עס האט געהאט א השפעה אין אויספארעמען דער אינערליכע גייסט פון זיין שאפונג האט חיים געענטפערט אריינגייענדיג אין א לענגערע אפשאצונג אויף די מוסר באוועגונג אין איר השפעה אויף אים, איך האלט עס לוינט זיך עס צו ציטירן צוליב די אינטערעסאנטע נקודות שבו,
איר ווייסט מסתמא אז איך האב פארבראכט דאס גרעסערע טייל פון מיינע יוגנט יארן אין ישיבה ביי די מוסערניקעס, וואס איז דאס מוסערניקעס? דאס זענען מענטשן וואס שטעלן ארויס מאראלישע פאדערונגען פאר זיך אליין קודם כל, און האבען אן עטישע אויפפאסונג אויף די וועלט בכלל און אויף אידן בפרט, די דאזיגע פארגאנגענהייט די דאזיגע בית המדרש מיט זיין געוואלדיגע עטישע פאדערונגען פונעם מענטש האט געהאט זייער א טיפע ווירקונג אויף מיר,
איך קען אויך זאגען אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס איך בין אוועק פון ביהמ''ד, נישט דערפאר ווייללל איך האב נישט געקענט זייין אזוי עטיש ווי זיי האבן פארלאנגט, נאר חוץ דעם בין אדם לחבירו איז דא אונעם ביהמ''ד א בין אדם למקום גלויבן אין גאט און היטען די תורה, וויפיל איך האב אין יענעם עלטער געפילט אז איך האב נישט יענע איבערצייגונג צו זיין א בן תורה האב איך געפילט אז מיין וויטערדיגע זיין דארט וואלט געווען א צביעות, נאר אזוי לאנג ווי דער חזו''א איז געווען אין ווילנא האב איך נישט געהאט דעם כח אוועקצוגיין פון ביהמ''ד, כאטש ער האט מיר נישט אטאקירט נישט געזידעלט אין איך פלעג אים די לעצטע יארן שוין ווינציג זעהן, איך פלעג קומען צו אים פון צייט צו צייט האבן א שיעור אדער סתם שמועסן, אבער די עצם אנוועזענהייט זיינע אין ווילנא האט מיר נישטט געלאזט אוועקגיין, אבער ווען ער איז אוועקגעפארן האב איך איבערגעלאזט דעם ביהמ''ד,
און די דאזיגע ערציאונג מיינע ליגט דער שאפונג מיינע, נישט אזוי דער עטיק וואס דאס איז געווען די ציל דארט נאר אסאך מער דער כאראקטער פון א מוסערניק וואס דאס באדייט זיין אמת'דיג צו זיך אליין, נישט אונטערשמירן זיך נישט וועלן פארענטפערן די אייגענע מעשים, דאס איז דער כאראקטער וואס בלייבט און א מוסערניק, מילא ווי ווייט איך בין אוועקגעגאנגען פון די דערציאונג פון די תורה, נאר דאס שעמען זיך פאר זיך אליין צו זאגען זיך אליין, טון שלעכטס קען א מענטש טון און איך אויך, אבער זי אליין איינוויעגן זיך אליין כשר'ן מיט הונדערט און איין טעמים - א שרץ איך האב גוט געטון, דאס איז ניט מיין כאראקטער אין איך האס עס -דעם אמת גערעדט- אין א צוויטען אויך, איך האלט מיר נישט פאר קיין קאנטראלאר פון יענעמ'ס מעשים אבער איך קען נישט - איך האלט פאר א צבוע א מענטש וואס וויל האבן ביידע תענוגים, אי פון טון נישט גוט און אי פון זיך איינרעדען אז ער האט געטון זייער גוט, און דאס האט זיך אריינגעלייגט אין טאן פון מיין שאפונג,

אבער אז איר וועט מיר פרעגן וואס איז געווען מיין גרעסטע באגייסטערונג וועל איך אייך זאגן, דער עיקר באגייסטערונג פון מיין איז געווען נישט דער עטישער חלום נאר דער העראישער חלום, איך האב שטענדיג א אינערליכע באדערפעניש אין די פאזעטיווע מענטשן וואס איך זעה וועלכע איך פיר ארויס אין פראזע און אויך אין פאעזיע, צו געבן זיי זייער העראשיע ליכט, דאס הייסט די מעגליכקייט ון ארויסגעבן די העלדישע טאהטן ביי מיינע העלדן ווי א חלום וואס איך האב ביי מיר אליין פארווירקליכען און איך האב נישט געקענט, אזוי איך האב אמאל צו מיר געטראכט אז דאס וואס האט מיר געמאכט פאר א פאעט איז דאס וואס איך בין א פחדן, אזויווי איך האב נישט געהאט דעם כח צו ווערן דאס וואס איך האב געהאלטן א מענטש דארף זיין, און דאס איז אויך א דאנק די מוסערניקעס וואס א גרויסער יסוד ביי זיי איז אז דער יחיד זאל גרויס זיין, און די בענקשאפט צום יחיד וואס איך האב אליין נישט געקענט זיין האט מיר געשטופט פסיכיש צו ווערן א דיכטער,


דהיינו דער שארפע זעלבסט קריטיק וואס מען האט אים געלערנט אין די מוסר ישיבות צו אמת'דיג אפשאצן דעם אייגענעם מצב האט אים געברענגט אז ער זאל איינזעהן ווי ער האלט און זיך נישט טרייסטן מיט חלומות אז באמת בין איך יא גוט וכו' נאר ער האט געהאלטן אז זיין אינערליכע נטיה ציעט אים צו מחדש זיין אין פאעזיע און נישט אין בבא מציעא, אנדערע וואס האבן אים געדענקט פון ישיבה האבן געזאגט אז ער האט שטארק מצליח געווען מיט די לימודים ער האט נאר געליטן אויף 'בעית נשים',

די אמת'דיגקייט מיט וואס ער האט געלעבט כלפי זיך אליין האט אויך אים געמאכט אנדערש ווי רוב וואס האבן פארלאזט דעם וועג פון תורה ומצוות און האבן זיך באצויגען דערצו מיט א זלזול, זעט מען אין גראדע'ס ווערק א שטארקע שעצונג צו אידישקייט און אפילו אן אנערקענונג אז באמת איז זיין פלאץ דארט, כאטש ער האט געהאט אסאך טענות אויף די וועג וויאזוי די פרומע פראקטיצירען למעשה די תורה, ווי ער האט עס טיילווייז אויסגעדריקט און זיין קורצן חיבור 'מיין קריג מיט הירש רייסנר' אין וואס ער לייגט אראפ דריי דעבאטעס מיט זיינ'ס א מוסערניק חבר, און נאכמער האט ער עס אויסגעדריקט בע''פ זאגענדיג איינמאל אז די וויכוח אין דער 'מיין קריג' איז א קינדערשפיל אנטקעגן די וויכוחים וואס ער האט געפירט מיט די משפחה פונעם חזו''א אין בני ברק און 1962, אפילו אנטקעגן זיין געשעצטן רבי'ן דער חזו''א האט ער געלאזט אנהערן אז ער האט געהאט געוויסע טענות אנטקעגן זיין 'דאגמאטישע פערזענליכקייט' (י''א אז דער חזו''א האט זיך נישט באטייליגט ביין לויה פון חיימ'ס טאטע צוליב זיינע משכילישע מעשים און דאס האט אים זייער געשטערט,) נאר ער האט דאס נישט געשריבן בכתב,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:53 pm

צווי סיבות האבן גורם געווען אז חיים גראדע זאל זיין באקאנט צום חרדישען ציבור מער ווי אנדערע אידישע שרייבער, איינס דאס וואס ער האט אסאך געשריבן וועגן דער פרומע לעבנס שטייגער און דאס ישיבה לעבן, און צווי דאס וואס ער איז געוועזן פון די איינציגע מענטשן וואס האבן געלערנט בחברותא מיטן חזו''א יארן לאנג,
און א געוויסע תקופה ווען חיים האט דורכגעמאכט שוועריקייטן אין ישיבה או נישט געקענט מער זיין דארט, און איז געווען אין סכנה פון בלייבן און גאס האט אים דער חזו''א אריינגענימן צו זיך אהיים אים געגבען צו עסן צו שלאפן און געלערנט מיט אים אוון אים פרובירט צו האלטן ביי אידישקייט, (אין זיין בוך די ישיבה לייגט שרייבט ער אז דאס איז געווען אין דער ווילנא פארשטאט אולקאניק וואס האט געדינט אלץ אן זומער אפרו ארט פארן חזו''א און חיים האט דארט געלערנט אין ישיבה און צוליב מעשים וואס מען האט אים געכאפט זיך דרייען מיט א בתולה האט ער נישט געקענט בלייבן אין ישיבה מער, דאס איז דער חזו''א איז געווען אין אולקאניק קען מען זעהן פון זיינע ספרים וואס עטליכע יחלקים זענען דארט געשריבן געווארן אבער די ישיבה דארט אייז לכאורה פיקציע אין נישט עקסיזטירט),
דער חזו''א בכלל האט אסאך עוסק געווען מיט ארויסגעפאלענע בחורים איו איירופע און געלערנט מיט זיי די סיבה איז לכאורה א פשוטע, זיין זארג פאר יעדע אידישע נשמה, בנימין בראון וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט דרשנ'ן פרד''ס אויף יעדען ריר פונעם חזו''א האט צוויי סברות דערביי א' אז דאס איז געווען ממלא צו זיין זיין אייגענעם חסרון פון נישט האבן קינדער רח''ל, ב' ווייל ער האט ענדערש געוואלט לערנען מיט בחורים וואס זענען נאכנישט 'נתקלקל' פון די דרכי הלימוד אין די ישובות,
זיי האבן געלערנט צוזאמען פאר בערך זיבן יער ביז דער חזו''א איז ארויף קיין א''י, חיים איז מורא'דיג נתפעל געןןארן פונעם חזון איש'ס איידעלע טיפע סאלידע כאראקטער אין קעגנזאץ צו די פארפייניגטע פארפלאגטע מוסערניקעס צו וואס ער איז געווען געוווינט ביז דעמאלט, אין פאר א תקופה איז ער גאפאלען אונטער דעם חזו''א'ס השפעה צו זין ערליך און זיך אוועקגעבן פאר תורה, און זיינע שפעטערדיגע שרייבווערק בעיקר און דער 'די ישיבה ווי דער חזו''א איז א הויפט שפילער אלץ ר' אברהם שעיה קוסובער (דער חזו''א איז אריגינעל געקימען פון קוסוב ווי זיין טאטע איז געווען רב) אין א קליינעם טויש אין זיין צונאמען אלץ דער 'בעל מחזה אברהם' באטיטלענדיג אים אלץ 'עמוד האש' 'א מלאך וואס האט באהאלטן זיינע פליגל צווישן מענטשן' אין אים אפילו צוגעשריבן נבואה שרייבענדיג אז דאס וואס דער חזו''א איז אוועק פון אייראפע איז געווען ווייל ער האט פאראויס געזען דער קומענדיגע חורבן, לאמיר מצטט זיין מפיו אויף וויאזוי דער חזו''א האט געלערנט
זיין מוח איז פאַרבונדן מיט דער תורה פון ווילנער גאון. ער רעדט צו אים ווי צו אַ לעבעדיקן מענטשן וואָס זיצט ביי אים אין צימער, און מיט דער תורה פון ווילנער גאון ביז צום רמב”ם, און צוריק פון רמב”ם ביז ר’ שרירא גאון. פון ר’ שרירא גאון ביז צו די אמוראים. פון די אמוראים צו די תנאים, און פון די תנאים, צו די אנשי כנסת הגדולה. ער איז פאַרבונדן מיט יאָר-טויזנטער אויף אַן אמת. אָבער אין זיין טאָג-טעגלעכן לעבן, לעבט ער אויף אַ גייסטיקער ערד, ניט נאָר אין אַ גייסטיקן הימל. און דאַן, די פּערזענלעכקייט! אַ מענטש פון שטראַלנדער קדושה.


אין זיינע שרייבונגען נעמט ער ארויס דעם חזון איש פון זיין טריקענעם ווינקל ווי מיר זענען ציגעוווינט אים צו זעהן, קענעדיג אים בלויז האלב-ליגענדיג אויף א בעט אין בני ברק מיט א ספר אין די האנט, און ער געבט אים מענטשליכע ליכטיגקייט, אבער אויב קיקט מען גוט זעהט אז ווי שטארק מען ווערט נתפעל פונעם חזון איש אלץ גאו בתורה נאכמער קען מען נתפעל ווערן פונעם חזון איש דער מענטש, זיין נועם הליכות בעניוות צווישן מענטשן זיין זארג פארן ארעמען קצב אז מען זאל נישט סתם מחמיר זיין אפפסלן זיין ארים הינדעל, זיין ווארעם געפיל פאר יעדע איגע ישיבה בחור, א סצענע וואס ער לייגט אראפ ווי א געוויסע פארביטערטע איד איז געקומען אין שטעטל זיך צו קריגן אי דער שטעטל האט זיך געגרייט פאר גרויסע מהומות קיינער האט אים נישט געקענט בארואיגן , ביז ער האט זיך אנגעטראפן אונעם חזון איש וואס האט מיט עטליכע ווארימע ווערטער אין עסן און א געלעגער פאר ביינאכט אלעס איינגעשטילט, (פון דארט קומט די מעשה אז כאטש די חזו''א פלעגט זיך קיינמאל נישט לייגו געהעריג אין בעט, ווען דער אורח איז געקימען האט ער זיך אנגעטון די נאכט קליידער און זיך געלייגט שלאפן כדי אים צו באקוועם מאכן,) און אפילו פון די עטליכע פעלער ווי ער לייגט אראפ ווי דער חזון איש האט נישט געהאט קיין כח צו דאווענען זעהט מען וואס דאווענען האט ביים חזון איש געמיינט ווי מען דארף האבן כח דערצו,

אבער צו לאנג האט די תקופה נישט אנגעהאלטן דער יצר אין די תאוה צום גאלד אויסזעענדע גאס האט נישט געלאזט זיין נשמה רוען אין אים, אנגעבליך האט חיים אמאל דערציילט אז דער חזון איש האט געוווינט א שעה וועג פון זיין הויז און יעדע שבת בייטאג פלעגט ער גיין די גאנצע וועג, האט ער געזאגט די אלע שיינע מיידאלעך אויפן וועג האבן חרוב געמאכט די גאנצע ארבעט פונעם חזון איש, אבער ווי געזען פריער מפיו ווילאנג דער חזו''א איז נאך געווען אין ווילנא האט ער נישט געוואלט איבערלאזן אידישקייט, נישט ווייל דער חזו''א האט אים באזידעלט נאר פשוט זיין אנוועזענהייט האט אים נישט געלאזט אוועקגיין, אבער ווען דער חזו''א איז אוועק פון דארט האט ער אלעס איבערגעלאזט און אקטיוו אריין איו אידישע דיכטונג און זיך אנגעשלאסען אין א אידישע שרייבער גרופע 'יונג ווילנא', אבער אפ''ה איז ער געבליבן מיט א שטארקן געפיל צום חזו''א און א גאנץ לעבן ארויפגעקיקט צו אים ווי דער העכסטע מדרגה איןדער וועלט, אין זיין עלעגיע אויפן חזו''א
מיט דער אפשיין פין זיין גרויסע ליבשאפט שטראל איך כאטש ער האט ניט געוואלט מיין וועג אין לעבן בענטשן


ער האט נאך געשריבען עטליכע בריווען צום חזו''א וואס זענען לעצטענס נתפרסם געווארן ווי ער דריקט אויס א שטארקען ווילן צו קימען צו אים קיין ארץ ישראל כדי צי ראטעווען וואס עס איז נאך געבליבן פון זיין לערע, און ווי שווער עס איז אים אן זיין רבי'ן,
נאך די מלחמה האט דער חזו''א אפירגעזוכט זיין אדרעס און אים אפגעשריבן א קורץ בריוועל,
אחר חכיון היותר קשה וארוך באה ההזדמנות שנודעתי ממקומך והכתובת שלך, ואשר לגודל המיית כח האהבה שבאדם למזכרת העבר המשעשע ומרנין לב מהול ברגשה שעדיין קצרה הלשון ליתן להם שם אני מקצר ומחכה לתשובתך במוקדם האפשרי, אי''ש בריתך מנוער,

דער בריוו איז קיינמאל נישט אנגעקימען אבער גראדע האט דערפון געוויסט אין זיך געגרויסט אז ער איז דער איינציגסטער צו וועם דער חזו''א האט זיך אונטער געשריבן 'איש בריתך מנוער', בחיי החזו''א איז ער קיינמאל נישט געפארען אויף א''י, און מען זאגט נאך בשמו אז ער האט מורא געהאט אז דער חזו''א וועט אים מחזיר בתשובה זיין און ער האט נישט געהאט די כוחות דערצו, אויב מעג מען דרשנ'ן זיינע לידער קען מען דאס אפילו הערן אין זיינס א ליד,
און זינט עס איז אומטריי מיין היים מיר געווארען, געבליבען איז מיר בלויז איין היים לאנד א טרייע, איך ווייס איך וואלט דארט געברענט ווי דער דארן, נאר איך וואלט געברענט מיט דער שם פון הוי''ה,


ביי די מלחמה יארן איז ער אנטלאפן קיין רוסלאנד איבערלעבענדיג דארט, און אנדערש ווי דער היסטארישע אידיש פאעט רבי יהודה הלוי וואס האט געשריבן 'לבי במזרח ואני בסוף מערב' איז ביי חיים גראדע געווען פארקערט ער איז געווען אויף דער פריי אין מזרח און זיין הארץ ביי די אידען און גלות און מערב, ער האט געשריבן אסאך לידער איבערן גלות, שפעטער איז ער אנגעקימען קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אין בראנקס פירענדיג א פרייע אידישע לעבן, אבער מיט א געפיל צו אידישקייט, עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אויף אים, ועוד חזון,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:12 pm

גראדעמעכעלע, דו געבסט לעצטענס צו גאר אסאך צום שיינקייט דא אין שטיבל. שרייב נאך, מיר האבן שטארק הנאה.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:14 pm

פישלע העררינג האט געשריבן:גראדעמעכעלע, דו געבסט לעצטענס צו גאר אסאך צום שיינקייט דא אין שטיבל. שרייב נאך, מיר האבן שטארק הנאה.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:23 pm

הערליך באשריבן.

באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול?
viewtopic.php?f=50&t=8108
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17830 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:26 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:הערליך באשריבן.

באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול?
viewtopic.php?f=50&t=8108

ניין. עס איז א אנשי שם אשכול איבער דעם מענטש, שלא בקשר מיט'ן חזון איש.

ועוד, א חשוב'ע ארטיקל באלאנגט אין א באזונדערע אשכול, בכבוד הראוי, כדי עס זאל נישט פארפאלען בתהום הנשיה.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:01 pm

הערליכע אשכול, האמת אגיד אז כ'האב אליין גערעכנט צו שרייבן אן אשכול איבער חיים גראדע און דעם חזון איש אבער איך האב ווייט נישט פארמאגט אזא רייכן קוואל פון אינפארמאציע ווי ר' גראדעמעכעלע.
אולי וועל איך נאך שרייבן עטוואס א השלמה לפי משאת הפנאי.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2372
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6583 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:04 pm

הערליך באשריבן.

וואו קען מען טרעפן זיינע פאעזיע?
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3670 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:10 pm

עס איז כמעט נישטא צו געפינען, אנליין זיכער נישט, אדער קענסטי זיצן און די ייווא צענטער, און דארט לייענען אדער קענסטי קויפן געוויסע פון זיינע חיבורים ביי די אידיש בוק סענטר פאר 20$ באנד,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:24 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:13 pm

@כוכב אדרבה צוליב וואס מיין שרייבונג איז זיך עפעס.ציוואקסען שלא.כמשוער האב איך.שטארק מקצר געווען בנוגע די שייכות פון חיים מיטען חזו''א מען קען פון דעם אליינס שרייבן א גאנצע ארטיקל,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 7:32 pm

ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2142
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1673 מאל

עם האדמו''ר מלובאוויטש

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 2:44 am

דער לובאוויטשע רבי מיט זיין גרויס הארץ און נאך גרעסערע ליבשאפט צו יעדען איד, האט באוויזן אנציקניפען באציאונגען מיט עטליכע אידישע שרייבער וואס זענען געווען דערווייטערט פון אידישקייט, ווי אלי וויזעל חיים פאטאק און אויך חיים גראדע, איינע פון זיינע ביכער האט ער מקדיש געווען פארן רביס נעמען שרייבענדיג '' dedicated to the Lubavitcher Rebbe who stands before my eyes elevating my sparks which are lost in the clouds'' , דער רבי פלעגט אים שיקן מצות פאר פסח מיט א פערזענליכע שליח און פון די בריווען זעהט מען אז חיים האט זיך משתתף געווען ביי התוועדות'ן,

אין די אגרות קודש איז פארהאן עטליכע בריוו פונעעם רבי'ן צו חיים, און די ערשטע פרעגט די רבי איבער זיין געזונט אין דריקט אויס הנאה פון זיינע שרייבונגען אונעם פארווערטס,
אגרות האדמו''ר לגראדע א'.zip
(116.97 KiB) אראפגעלאדנט 65 מאל


נאך א בריוו ווי די רבי קריטיקירט אין פארוואס ער באטיטלט זיך אלס מתנגד ווען באמת האט ער א חסידישע ווארעמקייט, (א חידוש וואס נאר לובאוויטשע רבי האט געקענט אויסטרעפן צו דן זיין אויף א פרייע איד צו ער איז א מתנגד צו א חסיד...)
אגרות האדמו''ר לגראדע ב'.zip
(182.39 KiB) אראפגעלאדנט 56 מאל


צום סוף פון דער בריוו דערמאנט דער רבי זיין שייכות צו דער פרעזידענט פון מדינת ישראל שז''ר וואס האט זיך.געהאלטן פאר א חבדסקער חסיד, דא איז נאך א בריוו ווי דער רבי באדאנקט זיך.פאר חיים פאר'ן ברענגען שז''ר צו אים אין ער און ער דערמאנט אז עס איז.געווען שוועריגקייטן דערביי, און אין די הערות איז.צוגעברענגט א לענגערע בריוו פון חיים בנוגע דעם באזוך פון שז''ר ביים.רבין,
חבד גראדע-0.pdf
(169.45 KiB) אראפגעלאדנט 69 מאל
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

לינקס להורדה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:33 am

1) דאס איז א ליקוט וואס איינער אין בני ברק האט ארויסגעקליבען פון דער צמח אטלס-די ישיבה די קאפיטלעך וואס רעדן פונעם חזו''א, עס איז ממש א קלייניגקייט פונעם גאנצע ספר אבער דאך עפעס ווערט, עס איז פון דער העברעישע תרגום,
ליקוט מחיים גראדע על החזון איש,
געדענקט, בעל מחזה אברהם איז דער חזו''א און חייקל איז חיים גראדע,

2) דאס איז נאך א שטיקל פונעם ספר הנ''ל ווי ער לייגט אראפ זייער זיס און אינטערעסאנט ווי די ישיבה בחורים זענען געפארען זומער אויף אפרו,
קיט בישיבות - חיים גראדע

3) דאס איז דער 'מיין קריג מיט הירש רייסנר' ווי חיים טענ'ט זיך אויס מיט זיך אליין, די צוויי צדדים אין אים די מוסערניק און דער משכיל שלאגן זיך אויס, אראפגעלייגט אין פארעם פון דריי שמועסן מיט א מוסערניק הירש רייסנר,
פונעם אריגינעלען אידישען האב איך נאר געטראפן די ערשטע 12 בלעטער, לייג איך אויך א ענגלישע תרגום,
מיין קריג, אידיש, דאס איז וואס @ריכטיג האט געלייגט,

מיין קריג, ענגליש,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום זונטאג פעברואר 22, 2015 8:29 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:52 am

איך שטיי מיט אן אפען מויל, א פאר פארגלאצטע אויגען, פארגאפט און שפראך-לאז, אקעגן די ארבייט פון מיכעל'ן, זיך אריינגעלייגט און די טיפענישען פון טיפקייט, פיוט, ומחשבת המוסר, מיטן אהער שטעלן ווערק וואס איז ארויס פון די גאלדענע האנט, פרי מחשבה פינעם פאר'גאלד'עטן פארשקיעה'טען מח, ווי ביי די זון אונטערגאנג, ווען זי איז האלב פארטונקען אינעם טונקעלען אפגרינד, אבער קען זיך נישט שיידען פינעם ליכטיגען הוויה, טועם ביידע טעמים, חושך ואור בערבוביא, און נאר דעמאלטס פארשפרייט זי אירע פייערדיקע קאלירען, הערשט דאן שפרייט זי אויס אירע פלאמעדיגע פליגלען, און דאס איז גאר א געוויסע שלימות, און דאס איז די קונץ און גדלות פון חיימ'ען.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:04 am

גראדעמעכעלע: א גרויסן יישר כח פאר די שיינע און הערליכע באשרייבונגען פון דעם גרויסן און וועלט בארימטן אידיש שרייבער און דיכטער, חיים גראדע. דאס ערשטע מאל וואס איך האב מיך באגעגנט מיט דעם נאמען חיים גראדע און איינס פון זיינע באשרייבונגען איז געווען אין א צייטונג. דער טאג-מארגן זשורנאל, וואס מיין מומע ע"ה האט געליינט. דארט האב איך צום ערשטן מאל געליינט איבער "לייבע-לייזער'ס הויף" און די אלע מענטשן און כאראקטער טיפן וועלכע האבן זיך דארט ארומגעדרייט. איך האב שוין דאמאלס משתוקק געווען צו קענען ליינען דעם גאנצן ביכל און די אנדערע ביכער פון אט דעם גרויסן שרייבער.

איינס פון די הויפט צוציאונגס סיבות פון זיינע באשרייבונגען איז דאס קלארקייט מיט וואס ער שילדערט די סצענעס און די מענטשן פון זיין היימשטאט, ווילנא. אויך די נאנטקייט פון דעם תורה'דיגן און אידישן לעבן. דאס האט נאר געקענט קומען פון זיין איינער וועלכער האט באלאנגט און געווען א טייל פון דעם אידישן לעבן. קיין דרויסנדיגער וואלט דאס בשום אופן נישט געקענט אזוי שיין און הערליך באשרייבן מיט אלע קליינע פרטים.

אויך דאס וואס דו דערמאנסט אז אפילו נאכדעם וואס ער האט אפגעהאקט מיט דעם ישבה'שן לעבן און די מוסר'ניקעס האט ער דאך געהאט א בענקעניש און הערצה אונטער'ן באוואוסטזיין פאר אט דעם לעבנסגאנג. ער האט געהאט עפעס א מין דיכאטאמיע (Dichotomy.) ...וואס פון איין זייט האט ער געהאט א שטארקע הערצה און די אנדערע זייט א שטארקע פאראכטונג פאר די איבערגעטריבענע, פארפרומטע דרכים פון די מוסר'ניקעס. אין זיינע באשרייבונגען פון ר' חזקיה טייטלבוים, דער שלאסער, און גרויסער ת"ח, וועלכער איז געווען א מייסטער פאכמאן, וועלכער האט געקענט אין מיטן די ארבעט פארבלאנדזשען אין ביהמ"ד און זיך פארטיפן אין עפעס א ספר און אינגאנצן פארגעסן פון די ארבעט. אויך האט ער "געהאט א שולחן ערוך אין זיין קאפ"...ווי חיים גראדע רופט עס אן. אבער צום סוף האט איהם דאס איבערגעטריבענע פרומקייט געפיהרט צו חורבן און צרות.
אויך אין זיין באשרייבונג (אין "לייבע לייזער'ס הויף") איבער דעם רב פון א קליין שטעטל וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון רבנות ווייל ער האט נישט געהאט קיין הארץ צו פסק'נען לחומרא און טריפה מאכן הינדלעך פון זיינע ארימע בעלי בתים. וואס אלס בחור ("דער אוטיאנער", ווי ח.ג. רופט איהם אן) איז ער געווען זייער א פרומער, און צוליעב זיין איבערגעטריבן פרומקייט האט ער פארפאסט זיך צו טרעפן מיט זיין מאמע וועלכע איז איהם געקומען באזכן דאס לעצטע מאל אין איהר לעבן. אלס רעזולטאט איז ער אנטלאפן פון פרומקייט און פרומאקעס. און ער האט אלעס געזעהן מיט זייער ליבעראלע פארבן.

ער איז באמת געווען א גרויסער שרייבער און דיכטער. וואס די אנדערע אידיש שרייבערס, ווי למשל יצחק (אייזיק) באשעוויס זינגער האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן צו איהם. ס'האט איהם טאקע שטארק פארדראסן אז א.ב.ז. האט באקומען דעם נאבעל פרייז פאר ליטעראטור, און ער נישט. אזוי ווי זיין ווייב האט געזאגט אז עכט וואלט ער געדארפט באקומען דעם פרייז, און נישט באשעוויס זינגער... איך בין מסכים מיט אט די אפשאצונג. נאר איינס פון די סיבות איז ווייל זיין ווערק איז נישט איבערגעזעצט געווארן אויף אנדער שפראכן. און זינגער'ס יא...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג פעברואר 22, 2015 4:10 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:10 am

נא ר' בערל איך זעה איר האט געליינט אסאך פון חיימ'ס ווערק אפשר שרייבט איר אביסל מער דערוועגן,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:14 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:נא ר' בערל איך זעה איר האט געליינט אסאך פון חיימ'ס ווערק אפשר שרייבט איר אביסל מער דערוועגן,

גראדעמעכעלע: יא. איך וועל בלי"נ שרייבן מער באריכות און בפרטיות פון זיינע דערציילונגען, וועלכע זענען מתוק מדבש. ס'האט נאר איין פעלער. ס'איז דא דארט זייער א סאך "מאחורי'דיגע" באשרייבונגען און אויסדרוקן. און איז נישט געמאכט פאר קינדער. ספעציעל פון אונזער מחנה החרדי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:36 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:22 am

אחד העם: ייש"כ. דיין אפשאצונג פון חיים גראדע און זיין ווערק. און זיין פארגלייכונג צו די זון אונטערגאנג (שקיעה) איז זייער פאעטיש און הערליך. מ'וואלט דיך געקענט פארגלייכן צו דעם אריגינאלן שרייבער און דיכטער אחד העם. חיים נחמן ביאליק. וועלכער איז אויך געווען א געוועזענער ישיבה בחור און מתמיד. נאר איז אדורכגעפאלן צוליעב זיין ליינען א סאך ביכער און פילאזאפיע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:57 pm

WOW! הערליך שיין ווי ר׳ מעכעל גראדע באשרייבט חיים גראדע...
כה לחי :like
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1826
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2300 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:18 pm

בערעלע, טאקע אויף ביאליק'ען, קען מען זיך אויך באנוצען מיט דעם אפשאצונג און תיאור, אבער אולי עטוואס א חילוק איז פארהאנען, קען זיין די זעלבע חילוק פון תחילת השקיעה וסוף השקיעה, ווענט זיך ווי שטארק מען איז פארטונקען, און וויפיל מען איז פארבונדען מיט די ליכט, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:41 am

אחד העם האט געשריבן:בערעלע, טאקע אויף ביאליק'ען, קען מען זיך אויך באנוצען מיט דעם אפשאצונג און תיאור, אבער אולי עטוואס א חילוק איז פארהאנען, קען זיין די זעלבע חילוק פון תחילת השקיעה וסוף השקיעה, ווענט זיך ווי שטארק מען איז פארטונקען, און וויפיל מען איז פארבונדען מיט די ליכט, ודו"ק.

אחד העם: חיים נחמן ביאליק איז אויך געווען א גרויסער דיכטער און שרייבער. נאר זיין פאעזיע און שרייבעריי איז געווען מער נעגאטיוו איבער דעם עולם הישיבות. חיים גראדע, אבער, האט ארויסגעוויזן זייער א שטארקע ווארעמקייט און הערצה פאר דעם תורה'דיגן לעבנסשטייגער. אפילו ער אליין איז שוין געווען דערווייטערט דערפון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:54 pm

א גרויסן יישר כח, מעכעלע, פאר דעם לענגערן באשרייבונג איבער דעם מערקווירדיגן און ערהאבענעם פערזענליכקייט.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אפילו אנטקעגן זיין געשעצטן רבי'ן דער חזו''א האט ער געלאזט אנהערן אז ער האט געהאט געוויסע טענות אנטקעגן זיין 'דאגמאטישע פערזענליכקייט' (י''א אז דער חזו''א האט זיך נישט באטייליגט ביין לויה פון חיימ'ס טאטע צוליב זיינע משכילישע מעשים און דאס האט אים זייער געשטערט,) נאר ער האט דאס נישט געשריבן בכתב,

חיים גראדע דערמאנט דעם פרט אין זיין ביכל "די ישיבה". ער שרייבט דארט אז חייקל'ס טאטע איז געשטארבן און דער חזון איש איז נישט געקומען צו די לויה און אז פאר חייקל האט דאס וויי געטון.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7684 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג פעברואר 23, 2015 6:42 pm

איך האב עס נישט געדענקט, נאר געזען ערגעץ אז ער האט דאס געזאגט ביי א לעקציע צולייגענדיג אז ער האט 'נקמה' גענימען אונעם חזו''א, און חרטה געהאט דערויף,
דאס שטייט אויך דארט?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:11 pm

הרימו עטרה ושימו נזר, להאי 'גראדע'מעכעלע אשר מתניים אזר, כגיבור יצא ויהי לי לעזר, - ממני המתפעל: שש משזר.

איך שטיי און איך שטוין אויפן הערליכן ארבעט וואס @גראדעמעכעלע האט געמאכט, באשרייבנדיג דעם בארימטער שרייבער חיים גראדע, און ארומנעמנדיג דעם אינטרעסאנטער פוסח על שתי הסעיפים, פון אלע ריכטונגען. א באזונדערע דאנק פאר אלע כ'ל ב'איה ל'א י'שובון'ס פון גראדע'ן, וואס גראדעמעכעלע האט אהערגעברענגט ברצונו הטוב.

כאטש דער אשכול איז אן אלטער, האב איך געשפירט פאר וויכטיג אויסצודריקן מיין דאנק פארן וואונדערבארער ארבעט. און אויב לכבוד דעם וועלן אפאר פרישע חברים ליינען דעם אשכול, והיה זה שכרי!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 5:12 pm

כ'האב געלייענט דעם ארטיקל אינעם פרישן "וועקער" און גאר שטארק הנאה געהאט. עס איז כדאי צו רעקאמענדירן דעם פילם The Quarrel, וואס שפילט אויס חיים גראדע'ס "קריג מיט הערש ראסיינער". גאר רירנד און טיף.

טרעילער:


זע: https://thequarrelmovie.com/
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט