דער פרייער מוסערניק, שרייבער און פאעט חיים גראדע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

דער פרייער מוסערניק, שרייבער און פאעט חיים גראדע

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

[justify][center][/center]דער שרייבער און פאעט חיים גראדע ווערט פאררעכענט צו זיין פון די גרעסטע און געלונגעסטע און אידיש ליטראטור ער האט אפגעשריבען צען בענדער פאעזיע און עטליכע ביכער פראזע ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין שטארקען כח צו אראפלייגן געשענישן אזוי לעבעדיג אז דער לייענער זאל שפירן ווי ער לעבט דאס אליין מיט, אין זיינע ווערק קומען צוריק צום לעבן דער מזרח יוראפעאישע לעבן מיט איר אידישען פראכט וואס איז אפגעשטארבען אינעם גרויסען חורבן, די בעל בתים אין ווילנא שול די עפעל פארקויפערטע און מארק דער בחור מיט זיין וואקלענישען אין ישיבה אלעס באקימט צוריק זייער לעבעדיג פארב, חיים האט געהאט גאר אן אינטערעסאנט לעבן אנהייבענדיג און די מוסר ישובות און דערנאך האט ער געלערנט זיבן יאר מיטן חזו''א זצ''ל און דערנאך האט פארלאזט דעם אידישן וועג ווערענדיג פון די סאמע אויסעריפענסטע אידישע דיכטער פון די לעצטע דור,

צו באשרייבן ריכטיג אזא טיפען פילפארביג פיגור ווי חיים גראדע פאדערט זיך א פיל בעסערן שרייבער און שריפטשטעלער ווי איך בין, דערפאר וועל איך אפילו נישט פרובירן צי פרודוצירן א פולשטענדיגען ביאגראפישער ארטיקל דא, נאר ענדערש זאל דאס דינען ווי א פתיחה אויפ'ן ענין ווי איך וועל פרובירן אריסציגעבן מיינע ידיעות אויף דער פערזענליכקייט אויף בעסטן סדר וואס איך בין ביכולת, ויבואו חכמים ויגידו אין זאלן משלים זיין יעדער לפי כחו אשר ברכו השם,

חיים גראדע איז געבוירן אין 1910 צי זיין טאטע שלמה מרדכי אין זיין מאמע וועלע אין ווילנא, זיין טאטע איז געווען א מלמד אין א משכיל אין פלעגט זיך אפט רייבן מיט די ארטיגע רבנים, ער איז אוועק ווען חיים איז נאך געווען אינג אין חיים איז געבליבן וואוינען מיט זיין מאמע אין א פינסטערען קעלער וואס האט אפילו קיין פענסטער נישט געהאט, אזוי אז אפילו בייטאג איז דארט געוועזן פינסטער, חיים פלעגט אפט רעדן מיט נאסטאלגיע ווי ער פלעגט אין דעם פינסטער קעלער ליינען אידישע ביכער ביי א דומען ליכטל, זיין מאמע האט פארקויפט עפעל אין מארק צי ברענגען עפעס צו דערהאלטן ביים לעבן
אין זיינע ביכער לייגט ער אראפ זיין מאמעס מוטשערייען ביים פארקויפען די עפל אין די היצן און אין די קעלט, בכלל האט זיין מאמע געהאט א ספעציעלע ארט אין זיין הארץ און ער האט א גרויס חלק פון זיינע ווערק אפגעגעבן פאר איר אנדענק, אין זיין ערשטע בוך פון לידער האט ער אפגעשריבן א הארציג ליד וואס ברענגט ארויס איר ווי שווער זי האט געארבעט, אין דאס ליד האט זיך שטארק אויפגעכאפט אין מענטשן פלעגן איר אפשטעלן אין גאס פרעגן איר זענט גראדע'ס מאמע? און ווען זי האט זיך צו אים אפגערעדט אז ער האט איר געמאכט פאר א רחמנות קעיס אין די גאס האט ער איר געזאגט אדרבה, וואלסטו געווען די בריסקע רביצין וואלטן זיי דיר נישט געקימען פרעגן, עס וואלט זיי נישט אינטערעסירט, נאר זיי האבן אלע אין דעם ליד געזען זייער מאמע, דעריבער זענען זיי געקימן דיר פרעגען, זיי האבן געזען אין דעם ליד דיך אין זייער מאמען,

חיים האט אלץ קינד געלערנט אין א אידישיסטישע שולע אין שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבה ער האט זיך דורכגעדרייעט די נאווארדיקע עקסטרעמע מוסר ישיבות, אין אנפאנג האט ער שטארק פרובירט צי ארבעטן אויף זיך אבער למעשה האט ער געהאט פראבלעמען מיט מתגבר זיין אויף זיינע תאוות , אין ער האט אויך געהאט א שטארקע נטיה צי פאעזיע, אין די ביידע צוזאמען האבן אים נישט איבערגעלאזט מיט צופיל חשק צום לערנען און צום שווערען אויסמוטשידיגע מוסר לעבן,
מיט די צייט האט ער זיך שטארק אריינגעטון אין אידישע פאעזיע אין אנגעהויבן שרייבן אייגענע פאעמעס ער האט אויך אסאך געליינט ביכער וואס ער באצייכענט ''טרייף פסול'ס'' דאס האט אים אסאך פארפלאנטערט מיט די ראשי הישיבה, אין זיין נאראטיוו-פאעם 'מוסערניקעס' לייגט ער אראפ ווי די משגיח האט געכאפט ביי אים א ביכל און ער האט געדארפט געבן א תקיעת כף אז מער וועט ער אזעלכע זאכן נישט לייענען, למעשה אין 1930 האט מען אים פארשיקט פון ישיבה, ער האט נאך געלערנט מיטן חזו''א עטליכע יאר און ווען דער חזו''א איז אוועק קיין א''י האט חיים אינגאנצן איבערגעלאזט אידישקייט,
אין זיין פאלעמיש ווערק 'מיין קריג מיט הירש רייסנר' קען מען אנזען פון צווישן די שורות ווי ער באשולדיגט די מוסערניקעס מיט זיין צו פארהארטעוועט אין נישט זיין גרייט צו העלפן די וואס האבן אביסל געגליטשט פון זייער עקסטרעמע פרומע לעבנסשטייגער, און כאילו דאס האט גורם געווען אז ער זאל אינגאנצען אפפארען, איך וועל דא איבערטייטשן פון די ענגלישע מהודרא (די אידישע איז גאר שווער צו טרעפן, די איינציגסטע וואס איך האב געפינען איז געווען אונעם ייווא צענטער,) דאס איז פון זיין לעצטע ענטפער צו רייסנר נאכדעם ווי רייסנר האט אים שטארק אריינגעזאגט פארן איבערלאזן דאס אידיש וועג,
איך קען אויסשרייען צו אייך און פארלאנגען פון אייך פאררעכענונג,אויב מיר האבן איבערגעלאזט דאס אידיש טראדיציע איז דאס אייער שולד, איר האט זיך פארבאריקאדירט אין פארמאכט די גראטעס אין נישט געלאזט קיינעם ארויס צום אפען וועלט, האט איינער ארויסגשטעקט זייין קאפ האט איר פרובירט אים צוריקצישלעפען ביי זיינע פיס, אין אויב איז אייך נישט געלונגען האט איר זיין גאנצן גוף ארויסגעשטופט אין פארמאכט די טיר אינטער אים מיט א קללה, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין פלאץ ווי צוריקצוגיין האט ער געדארפט גיין ווייטער ווי ער האט געוואלט,


אין אן אינטערוויא ווי דער אויספרעגער האט אים אנגעפרעגט צו ער קען אנגעבן וואס עס האט געהאט א השפעה אין אויספארעמען דער אינערליכע גייסט פון זיין שאפונג האט חיים געענטפערט אריינגייענדיג אין א לענגערע אפשאצונג אויף די מוסר באוועגונג אין איר השפעה אויף אים, איך האלט עס לוינט זיך עס צו ציטירן צוליב די אינטערעסאנטע נקודות שבו,
איר ווייסט מסתמא אז איך האב פארבראכט דאס גרעסערע טייל פון מיינע יוגנט יארן אין ישיבה ביי די מוסערניקעס, וואס איז דאס מוסערניקעס? דאס זענען מענטשן וואס שטעלן ארויס מאראלישע פאדערונגען פאר זיך אליין קודם כל, און האבען אן עטישע אויפפאסונג אויף די וועלט בכלל און אויף אידן בפרט, די דאזיגע פארגאנגענהייט די דאזיגע בית המדרש מיט זיין געוואלדיגע עטישע פאדערונגען פונעם מענטש האט געהאט זייער א טיפע ווירקונג אויף מיר,
איך קען אויך זאגען אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס איך בין אוועק פון ביהמ''ד, נישט דערפאר ווייללל איך האב נישט געקענט זייין אזוי עטיש ווי זיי האבן פארלאנגט, נאר חוץ דעם בין אדם לחבירו איז דא אונעם ביהמ''ד א בין אדם למקום גלויבן אין גאט און היטען די תורה, וויפיל איך האב אין יענעם עלטער געפילט אז איך האב נישט יענע איבערצייגונג צו זיין א בן תורה האב איך געפילט אז מיין וויטערדיגע זיין דארט וואלט געווען א צביעות, נאר אזוי לאנג ווי דער חזו''א איז געווען אין ווילנא האב איך נישט געהאט דעם כח אוועקצוגיין פון ביהמ''ד, כאטש ער האט מיר נישט אטאקירט נישט געזידעלט אין איך פלעג אים די לעצטע יארן שוין ווינציג זעהן, איך פלעג קומען צו אים פון צייט צו צייט האבן א שיעור אדער סתם שמועסן, אבער די עצם אנוועזענהייט זיינע אין ווילנא האט מיר נישטט געלאזט אוועקגיין, אבער ווען ער איז אוועקגעפארן האב איך איבערגעלאזט דעם ביהמ''ד,
און די דאזיגע ערציאונג מיינע ליגט דער שאפונג מיינע, נישט אזוי דער עטיק וואס דאס איז געווען די ציל דארט נאר אסאך מער דער כאראקטער פון א מוסערניק וואס דאס באדייט זיין אמת'דיג צו זיך אליין, נישט אונטערשמירן זיך נישט וועלן פארענטפערן די אייגענע מעשים, דאס איז דער כאראקטער וואס בלייבט און א מוסערניק, מילא ווי ווייט איך בין אוועקגעגאנגען פון די דערציאונג פון די תורה, נאר דאס שעמען זיך פאר זיך אליין צו זאגען זיך אליין, טון שלעכטס קען א מענטש טון און איך אויך, אבער זי אליין איינוויעגן זיך אליין כשר'ן מיט הונדערט און איין טעמים - א שרץ איך האב גוט געטון, דאס איז ניט מיין כאראקטער אין איך האס עס -דעם אמת גערעדט- אין א צוויטען אויך, איך האלט מיר נישט פאר קיין קאנטראלאר פון יענעמ'ס מעשים אבער איך קען נישט - איך האלט פאר א צבוע א מענטש וואס וויל האבן ביידע תענוגים, אי פון טון נישט גוט און אי פון זיך איינרעדען אז ער האט געטון זייער גוט, און דאס האט זיך אריינגעלייגט אין טאן פון מיין שאפונג,

אבער אז איר וועט מיר פרעגן וואס איז געווען מיין גרעסטע באגייסטערונג וועל איך אייך זאגן, דער עיקר באגייסטערונג פון מיין איז געווען נישט דער עטישער חלום נאר דער העראישער חלום, איך האב שטענדיג א אינערליכע באדערפעניש אין די פאזעטיווע מענטשן וואס איך זעה וועלכע איך פיר ארויס אין פראזע און אויך אין פאעזיע, צו געבן זיי זייער העראשיע ליכט, דאס הייסט די מעגליכקייט ון ארויסגעבן די העלדישע טאהטן ביי מיינע העלדן ווי א חלום וואס איך האב ביי מיר אליין פארווירקליכען און איך האב נישט געקענט, אזוי איך האב אמאל צו מיר געטראכט אז דאס וואס האט מיר געמאכט פאר א פאעט איז דאס וואס איך בין א פחדן, אזויווי איך האב נישט געהאט דעם כח צו ווערן דאס וואס איך האב געהאלטן א מענטש דארף זיין, און דאס איז אויך א דאנק די מוסערניקעס וואס א גרויסער יסוד ביי זיי איז אז דער יחיד זאל גרויס זיין, און די בענקשאפט צום יחיד וואס איך האב אליין נישט געקענט זיין האט מיר געשטופט פסיכיש צו ווערן א דיכטער,


דהיינו דער שארפע זעלבסט קריטיק וואס מען האט אים געלערנט אין די מוסר ישיבות צו אמת'דיג אפשאצן דעם אייגענעם מצב האט אים געברענגט אז ער זאל איינזעהן ווי ער האלט און זיך נישט טרייסטן מיט חלומות אז באמת בין איך יא גוט וכו' נאר ער האט געהאלטן אז זיין אינערליכע נטיה ציעט אים צו מחדש זיין אין פאעזיע און נישט אין בבא מציעא, אנדערע וואס האבן אים געדענקט פון ישיבה האבן געזאגט אז ער האט שטארק מצליח געווען מיט די לימודים ער האט נאר געליטן אויף 'בעית נשים',

די אמת'דיגקייט מיט וואס ער האט געלעבט כלפי זיך אליין האט אויך אים געמאכט אנדערש ווי רוב וואס האבן פארלאזט דעם וועג פון תורה ומצוות און האבן זיך באצויגען דערצו מיט א זלזול, זעט מען אין גראדע'ס ווערק א שטארקע שעצונג צו אידישקייט און אפילו אן אנערקענונג אז באמת איז זיין פלאץ דארט, כאטש ער האט געהאט אסאך טענות אויף די וועג וויאזוי די פרומע פראקטיצירען למעשה די תורה, ווי ער האט עס טיילווייז אויסגעדריקט און זיין קורצן חיבור 'מיין קריג מיט הירש רייסנר' אין וואס ער לייגט אראפ דריי דעבאטעס מיט זיינ'ס א מוסערניק חבר, און נאכמער האט ער עס אויסגעדריקט בע''פ זאגענדיג איינמאל אז די וויכוח אין דער 'מיין קריג' איז א קינדערשפיל אנטקעגן די וויכוחים וואס ער האט געפירט מיט די משפחה פונעם חזו''א אין בני ברק און 1962, אפילו אנטקעגן זיין געשעצטן רבי'ן דער חזו''א האט ער געלאזט אנהערן אז ער האט געהאט געוויסע טענות אנטקעגן זיין 'דאגמאטישע פערזענליכקייט' (י''א אז דער חזו''א האט זיך נישט באטייליגט ביין לויה פון חיימ'ס טאטע צוליב זיינע משכילישע מעשים און דאס האט אים זייער געשטערט,) נאר ער האט דאס נישט געשריבן בכתב,[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר