הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 12:15 am

אישתישבי האט געשריבן:היינט צו טאג איז נישט דא מער קיין רבנים ווייל עס איז נישטא קיין שטעט.

די אלע היינטיגע שטעט פון וואס דו רעדסט, זענען צושטאנד געקומען שוין נאדעם וואס ס'שוין דא די רביס און די פארטייען. פוק חזי, ירושלים, איינע פון די איינציגסטע שטעט וואס האבן געהאט א רב וואס גייט נאך אן עד היום הזה. ווען האט זיך אנגעהויבן די צוזאמפאל פון די רבנות? ווען די רבילעך האבן זיך אנגעהויבן אנצורוקן. אבער די ביזט גערעכט אז אין די היינטיגע אפענע וועלט ווערט די קאנטראל פון די רביס אויך ווייניגער און ווייניגער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2717
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

הודעהדורך Gimpel » פרייטאג מאי 25, 2018 2:44 am

אין ירושלים האט קיינער קיינמאל ניט געהאט קאנטראל
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 3:07 am

כ'האב פאר דיר גרויסע נייעס. בריסקער רב (מהרי"ל דיסקין) און ר' שמואל סאלאנט האבן פיין געהאט קאנטראל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2717
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 5:44 am

זיי האבען דען צוזאמען געארבעט? און די קאנטראל וואס הרב שמואל סאלאנט האט געהאט איז דייקא צוליעב דעם אז ער האט פארגינט יעדער וואס איז אנגעקומען און אוועק געגעבען פון זיין קאנטראל. פון דער תורת חסד ביז צום קאלישער רב ועוד ועוד. דאס איז נישט די קאנטראל פון וואס מענטשען חלום׳ן היינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום פרייטאג מאי 25, 2018 8:54 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך Gimpel » פרייטאג מאי 25, 2018 8:50 am

מי שידוע המעשה של מיכל פינס יודע כמה שליטה היה לרבי שמואל
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 8:54 am

קענסט אויפהערן דיפפ'ן ביטע?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך Gimpel » פרייטאג מאי 25, 2018 8:58 am

מה זה דיפפן
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 9:39 am

שרייבען האלבע זאצען וואס שטימען מעגליך אין דיין קאפ, אבער נישט אין די קעפ פון די ליינערס. זאג וואס דו ווילסט, גענוי. וואס איז געווען מיט מיכל פינס און וואס נעמסטו ארויס דערפון?

נקרא ע"ש דער ניק דיפף וואס פלעגט שרייבען אזוי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך Gimpel » פרייטאג מאי 25, 2018 10:05 am

המעשה של מיכל פינס שהקנאים גרשוהו מירושלים ארוכה מאד פלא שאינך יודעו
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 11:03 am

איך קען עס יא, און דיין מסקנות זענען אומריכטיג. נאר וויבאלד דו ברענגסט נישט די מעשה כתיקונו, קען איך נישט רעאגירען. עפען אן אשכול, שרייב ארויס וואס דו מיינסט, און דארט וועל איך דיר ענטפערען.

דיינע האלבע זאצען זענען נאר א קאפוויי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 1:20 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי האבען דען צוזאמען געארבעט? און די קאנטראל וואס הרב שמואל סאלאנט האט געהאט איז דייקא צוליעב דעם אז ער האט פארגינט יעדער וואס איז אנגעקומען און אוועק געגעבען פון זיין קאנטראל. פון דער תורת חסד ביז צום קאלישער רב ועוד ועוד. דאס איז נישט די קאנטראל פון וואס מענטשען חלום׳ן היינט.

ווער האט געזאגט אז זיי האבן געארבעט צוזאמען? זיי האבן געארבעט יעדער איינער אין זיינער צייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2717
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

הודעהדורך Gimpel » זונטאג מאי 27, 2018 2:10 am

רבי יהושע לייב היה באותו זמן של רבי שמואל סלנט ר"יל היה רבם של הקנאים
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 8:04 am

גימפל: א יעדער איינער פון די צוויי גדולי ישראל האבן געארבעט אויף זייער אייגנארטיגן דרך. איך האב מער געליינט איבער ר' שמואל סאלאנט'ס פיקחות און מנהיגות בדרכי נועם. סיי אין זיין באנעמונג צו יחידים. און סיי צו זיין מנהיגות אלס רב ומנהיג העדה. ער האט נישט געהאלטן קיין פייער'דיגע דרשות וועלכע האבן אנטהאלטן אש וגפרית אויף די רשעים. ער איז געגאנגען אין די שיטה און דרך פון ..."אינהו בדידהו, ואנן בדידן"... ווי די גמ' אין מס' גיטין און אנדערע פלעצער דרוקט זיך אויס. דער זעלבער דרך וואס הרב הצדיק רב כהנמאן זצ"ל האט געהאלטן...."וואס אינטרעסירט אונז וואס די פושעי ישראל טוען. אונז גייען מיר בויען תורה"...! און ב"ה דער דרך האט זיך ארויסגעוויזן אלס ריכטיג. ווייל די פיהל תורה וואס ווערט געלערנט אין ארץ ישראל איז אין גרויסן טייל צו פארדאנקען פאר אט די גדולי ישראל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג מאי 27, 2018 12:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך Gimpel » זונטאג מאי 27, 2018 9:58 am

יישר כח בערל
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 27, 2018 10:06 pm

באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 27, 2018 10:08 pm

באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג מאי 27, 2018 11:19 pm

הלל חנוכה תשע"ו
נ. ב. ס'איז נישט דאס ריכטיגע. קוקט אויס ער איז אביסול פארקילט

חתונה פון בן בנו ר' אהרן עם נכדת גאב"ד עדה החרדית אין מאנטשעסטער
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2532
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2642 מאל

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 4:22 pm

לעצטענס איז דער וואודרידזשער רב שטארק פארקאכט אין ענייני א"י וקדושתו, זיך נישט אוועק שטעלען אין גלות און פארשטייען אז א איד באלאנגט אין א"י. ער דערמאנט אייביג דער לאזונג ׳כי שם לבבנו שואף זורח׳ און ער רעדט שטארק ארום פארשידענע עניינים דערפון.

אין אנדערע נייעס, איז ער נאך ווייט פון צוריק צו זיין כוחות. אמאל איז יעדער דרשה געווען לפחות אנדערהאלב שעה און געווענדליך מער. יעצט איז עס פיל קערצער מיט פיל ווייניגער פלפולים. זיין שטימע איז אויך נישט ווי די ׳זכרתי ימים מקדם׳ טעג, שוואכער און מיט ווייניגער שטאלץ.

לאמיר האפען אז ר"ה זאל נגזר ווערען אויף אים א רפואה שלמה בבריות גופא, און מיר וועלען ווייטער נהנה זיין פון זיין תורות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:06 pm

ר' יצחק איז יעצט געווען אין ארץ ישראל
איך מיין אז די ווידיא איז ארץ ישראל ביי זיין זוהן'ס חתונה

https://www.youtube.com/watch?v=VD79k4NRSik
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 21, 2019 12:41 pm

רבי יצחק לעבאוויטש שליט״א זאגט אז די עיקר לימוד פון פורים וואס איז אונז נוגע היינט איז צו לעבן בקדושת ארץ ישראל! דהיינו אחשורוש האט דאך געמאכט זיין סעודה נאך וואס סאיז אריבער 70 יאר פון גלות בבל כמבואר בגמרא מגילה, איז די אידן וואס זענען געגאנגען צום סעודה האבן דאך געמאכט א Statement אז זיי פרייען זיך מיט מיט דעם און זיי זענען ציפרידען צו בלייבען אין גלות, און פאר דעם איז די גזירה פון המן געשעהן משום שנהנו מסעודתו של אותו רשע, די זעלבע אונז דא אין אמעריקע דארפן כסדר לעבן מיט ארץ ישראל און זיך נישט קובע זיין במחשבה ובמעשה דא


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך קאנטראווערסול » זונטאג אקטאבער 27, 2019 12:12 pm

פייערדיגע ווערטער פון ר' יצחק לעבאוויטש איבער שטיין אויף די פארענטשעס און נענועים מיט די ספר תורה. @קרעדיט פאר דער וואס האט מיר עס געשיקט.

וואדריזש.mp3
בייגעלייגטע פיילס
וואדריזש.mp3
(797.88 KiB) אראפגעלאדנט 615 מאל
קאנטראווערסול
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הודעהדורך מארמאראשער » זונטאג אקטאבער 27, 2019 5:12 pm

קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך חיים'ס ישיבה » זונטאג אקטאבער 27, 2019 9:29 pm

מארמאראשער האט געשריבן:קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk



איך האב גערעד צו דער וואס פלעגט שיקן די MSG's, ער האט מיך געזאגט אז אפאר חדשים צירוק האט ער געזעהן אז עס קומט נישט אן, האט ער געסטאפט. ער זאגט ער קען זיך נישט אויס מיט Twitter און ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם איז.
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 2:45 am

חיים'ס ישיבה האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk



איך האב גערעד צו דער וואס פלעגט שיקן די MSG's, ער האט מיך געזאגט אז אפאר חדשים צירוק האט ער געזעהן אז עס קומט נישט אן, האט ער געסטאפט. ער זאגט ער קען זיך נישט אויס מיט Twitter און ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם איז.

טוויטער האט געבלאקט טעקסט מעסעדזשינג אפאר חדשים צוריק, ער מוז גיין אנליין.
https://www.cnet.com/news/twitter-tempo ... t-via-sms/
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1799 מאל

הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 7:52 pm

וואודרידזשער רב שליט״א האט אויף זיין האטליין (718-906-6428, נומער 4 שיעור 239),מודיע געווען כמנהגו יעדן ערב פתיחת הזמן אז ער איז גרייט און ווארט פאר בחורים צו קומען לערנען מיט אים אין וואודרידזש. איז פאר די בחורים וואס קלערן אהין צו גיין להתבשם מזיו תורתו וועל איך פרובירן צו געבן אפאר הדרכות וואס יא און וואס נישט צו טוהן.
קודם וואס נישט:
ווען מען רעדט צום רב וועגן א געוויסע רב זאל מען נישט זאגן למשל יאוואזשנע רב, האסט געהערט א מעשה? זייט ווען איז רבי טודרוס זילבער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם שטאט יאוואזשנע?, נאר מען זאל פשוט זאגן רבי טודרוס זאגט, משא״כ א רבי למשל סקולענער רבי קען מען זאגן סקולענער רבי ווייל א רבי דארף דאך נישט ווערן אויפגענומען דורך די קהילה, נו קען ער זיך רופן ווי אזוי ער וויל. במה דברים אמורים ביי א רבי וואס איז נישט א רב, אבער למשל דעם ברך משה וואס איז געווען סיי א רבי און סיי א רב רבצה עליו האיסור הנ״ל אין מען זאל זאגן דער סיגוטער רב זאגט, ווארום ק״ק סיגוט האט אים יא אויפגענומען אלץ רב נאכן מלחמה.
מען זאל זיין געווארנט נישט צו ניצן קיין ווערטער פונעם שפראך עברית למשל ״מכון״ ״מוסדות״ ״כיתה״ ״קנאי״ ״השקפה״ (אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה אז כל השקפה לרעה חוץ מן השקיפה ממעון קדשיך).
א סאטמארע בחור זאל נישט מאכן קיין עסק פון כ״א כסלו, אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן ציונות ווייל ציונות האט שוין לאנג געפייגערט, נאר ענדערש זאל מען רעדן וועגן קדושת ארץ ישראל און ״בדרך אגב״ קען מען דערמאנען דעם ספר ויואל משה (פונעם בעמח״ס דברי יואל), אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן דעם איסור פון השתתפות בבחירות אין א״י, צו פון גיוס בנים ובנות ווייל די זאכן געהערן פאר בני ארץ ישראל און זיי קענען זיך אליין א עצה געבן.
מען זאל נישט צופיל דערמאנען פוילישע ספרי חסידות אזוי אויך ספרי חב״ד, אזוי אויך זאל מען נישט צופיל עוסק זיין דערינען ווייל דאס קען חלילה גורם זיין א בחינה פון מוח שליט על הלב-אז די פארפרוירענע מוח זאל שולט זיין אויפן מענטש אין מען וועט אויסקוקן ווי דער ליבאוויטשער חוזר ר׳ יואל כהן.
ווען מען גייט צו אים אין שטוב צו עסן א סעודה צו פאר קידוש זאל מען נישט לייגן א קאפ (בלשונו של הרב-טעפל) אויף די טיש מיט די עפענונג אויף אראפ נאר שטענדיג אויף ארויף כמנהג רבו מקיוויאשד, אזוי אויך דעם קארנפלעקס קיגל וואס ער טיילט שבת ביים קידוש איז נאר פאר דער וואס איז געוואונט דערצו אויב נישט זאל מען נישט נעמען, א חוץ אויב מען וויל דווקא זיך צוגעוואונען דערצו.
יעצט וואס יא צו טוהן:
מען זאל שטענדיג זאגן ״די רבי האט געזאגט״, חס ושלום נישט ״די ראש ישיבה האט געזאגט״, ווארום ראש ישיבה באדייט די בעסטע בחור פון די ישיבה, אזוי אויך זאל מען כסדר קישן דעם רבין׳ס הענט מפני הכבוד.
כל המרבה להזכיר לפניו ספרי רבותינו גדולי הונגריה והסביבה הרי זה משבח, און אז מקען נאכזאגן א שטיקל שערי תורה פונעם ווערבויע׳ר רב איז ממש געוואלדיג, שערי תורה איז דאך אונזערע רבי שמעון שקאפ-שערי יושר, אזוי אויך האבן מיר דעם מחנה חיים וואס איז געווען אונזער ״רבי חיים בריסקער״.
א כלל גדול פאר אלע וואודרידזשע תלמידים איז אז מקען אלעס קוקן אין לערנען אבער מיר דארפן וויסן ווי אונזער יסוד איז דהיינו יוצאי הונגריה מתלמידי תלמידיו של רבינו החתם סופר מיט׳ן התמזגות הנפלאה של אש החסידות וכמבואר בספר ״דולה ומשקה״.
נו בחורים גיימיר קיין וואודרידזש?


Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חוקר ודורש אום מאנטאג אקטאבער 28, 2019 8:35 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט