דורך ימים ידברו » זונטאג יאנואר 07, 2018 2:30 pm
איך גיי דא מסביר זיין מיין שטעלונג לגבי הרב יצחק לעבאוויטש איך גיי מיך באציען אויף די הערות פון בערל און ליטוואק, כמיין נישט זיי, איך מיין די פילע אנדערע געסט וואס ווילען הערען וואס אני הקטון והשפל האט געשריבען און געמיינט און האלט,
אמת בערל הרב יצחק איז א תלמיד חכם גדול, און הרב נחום איז סתם א מויל מאכער, אבער עס איז נאך אלטץ דא א גזירה שוה, און קודם וואס איך האב געשריבען, איך האב חרטה אויף זיך בכלל באציען בעבר צו אים, וואס מיינט דאס, ? און מיט וואס איז ער גלייך צו הרב נחום,? ער איז א ת"ח, אבער און א בחינה א ת"ח שאין בו דעת.... ער זאגט כסדר ער איז א תלמיד פון מורי ורבי מסאקעמער מקיוואשד מקראסנא משאפראן, איר מיינט אזי איינער פון די אידען האט מען גקענט רעדען שטותים והבלים און זיך רעגען און קאכען? איר מיינט אז זיי האבען פאלטיזירט נאכען דאווענען קאררענט איווענט ווי אונז קאשווע שטיבעל אידען?
איר מיינט אז א גדול בישראל בכלל, נישט נאר די אידען האבען געהאט א האבי צו זאגען נאר דאס פארקערטע נאר ווייל איך זאג?
מיט וואס איז ער גלאך צו הרב נחום ראזענבערג, וועל איך אייך זאגען נחום איז גראדע נישט קיין עם הארץ ער קען נישט וואס ר' יצחק קען, סוכ"ס ר' יצחק לערינט תורה און ער ליינט שמיציגע ארטיקלען, אבער ער האט א פיינעם קעפעל צו וויסען מראי מקומות קרומערהייט אבער ער האט א שיינע ידיעה, אבער זייער גזירה שוה איז א קעגען די סביבה ארום זיי, נחום מיינט אז סאקקמיר מיט פאפא מיט בעלזא מיט סקקווער זענען קראפטיט, אבער ביי אבי ווייס אדער וועליכע שווארץ יאר וואס פירט זיך מער מיט די פארשריפטען פון די סעקלערע וועלט איז גיט! דאס קומט פון זיין נערישע קעפעל וואס איז ברייט זייער באגרעניצט,
ווייטער נעמטס הרב יצחק לעבאוויטש ער שרייט אויף א סאטמראן וואס זאגט פאפנע, ער שרייט די ראסיסט! בו בעת און די זעלבע מיניט שרייט ער סאטמארע שוטים, וואס געבען געלט פאר מערכות און ארץ ישראל, אפשר הרב לעבאוויטש זענט איר א ראסיסט? וואס זאגט אויף א גאנצע עדה סאטמארע שוטים, די מעגסט און דער סאטמאר טאר נישט אויף פאפא? ער קען אפי' נישט כאפען אז ער איז פלעין נאן סענס!
הרב יצחק לעבאוויטש איז אנטלאפען פון די שטאט נישט ווערענדיג רשכבה"ג און ער איז זייער אויפגרעגט אויף די יהדות החרדית אז תשע"ח באגייט מען זיך מיט הרב מאיר צוויבעל און הרב זלמן לייב פיליף, מ'דארף נישט זיין חוות דעת, אויף גארנישט, סוי איז ער זייער ברוגז, און דא קומען אינגעלייט האלטען זיך אינטער, און ער לאזט זיך נישט קיין סך בעטען, ער געט יותר הרבה מה שהעגל רוצה להניק,
ליטואק מיט בערל איר רעדט זיך אן אז עני גדול בישראל אמאל און היינט קען מען האעבן אזא שמיעס ווי מהאט מיט אים?
איך זאג אייך ניין בשום אופן נישט קיין שאפראנער רב און נישט קיין קראסנא רבי איינער וואס רעד שטותים איז נעריש נישט קיין גדול נישט גארנישט, ער קען לערנין אקעי אבער תורה דארף זיין המביא לידי מעשה..