berlbalaguleh האט געשריבן:ימים ידברו: איך גיי בכונה נישט ציטירן דיין לעצטע תגובה. ווייל ס'איז צו לאנג . און ס'איז א שאד פאר'ן פאפיר.
אבער איך גיי מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. וואס דאס וועט זיין לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא.
דו זאגסט בתוך שאר הדב"ט (ניין ס'איז נישט די ראשי תיבות פון דברי תורה...!) אז ר' יצחק לעבאוויטש טרעפט אייביג נאר פעילערס אויף סאטמאר, פאפא, קראסנא און שאפראן. אבער ביי די אופען ארטאדאקס גרופעס ווי ראביי אבי ווייס איז אלעס אין ארדענונג. שומו שמים, ווי קען א מענטש וואס רופט זיך אן נארמאל רעדן אזעלכע שטאקעדיגע שטותים והבלים וואס ברענגט נאר ארויס געלעכטער ביי א יעדן. איך טשעלענדזש דיך מיר צוברענגען איין מאמר, איין ווארט וואו הרב ר' יצחק לעבאוויטש זאגט עפעס בשבחם פון די האלב פרייע חברה. אז ביי זיי טויג אלעס, אדער עפעס. ווייל ער זאגט דיבורים פון זעלבסט קריטיק, מיינט נאכנישט אז ער לויבט די אנדערע זייט...! אזוי אויך מיט די אלע אנדערע נקודות וואס דו זאגסט...!
ר' בערל, איך מיין אז דו ביזט די גרעסטע טראלל, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב...