חוקר ודורש האט געשריבן:וואודרידזשער רב שליט״א האט אויף זיין האטליין (718-906-6428, נומער 4 שיעור 239),מודיע געווען כמנהגו יעדן ערב פתיחת הזמן אז ער איז גרייט און ווארט פאר בחורים צו קומען לערנען מיט אים אין וואודרידזש. איז פאר די בחורים וואס קלערן אהין צו גיין להתבשם מזיו תורתו וועל איך פרובירן צו געבן אפאר הדרכות וואס יא און וואס נישט צו טוהן.
קודם וואס נישט:
ווען מען רעדט צום רב וועגן א געוויסע רב זאל מען נישט זאגן למשל יאוואזשנע רב, האסט געהערט א מעשה? זייט ווען איז רבי טודרוס זילבער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם שטאט יאוואזשנע?, נאר מען זאל פשוט זאגן רבי טודרוס זאגט, משא״כ א רבי למשל סקולענער רבי קען מען זאגן סקולענער רבי ווייל א רבי דארף דאך נישט ווערן אויפגענומען דורך די קהילה, נו קען ער זיך רופן ווי אזוי ער וויל. במה דברים אמורים ביי א רבי וואס איז נישט א רב, אבער למשל דעם ברך משה וואס איז געווען סיי א רבי און סיי א רב רבצה עליו האיסור הנ״ל אין מען זאל זאגן דער סיגוטער רב זאגט, ווארום ק״ק סיגוט האט אים יא אויפגענומען אלץ רב נאכן מלחמה.
מען זאל זיין געווארנט נישט צו ניצן קיין ווערטער פונעם שפראך עברית למשל ״מכון״ ״מוסדות״ ״כיתה״ ״קנאי״ ״השקפה״ (אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה אז כל השקפה לרעה חוץ מן השקיפה ממעון קדשיך).
א סאטמארע בחור זאל נישט מאכן קיין עסק פון כ״א כסלו, אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן ציונות ווייל ציונות האט שוין לאנג געפייגערט, נאר ענדערש זאל מען רעדן וועגן קדושת ארץ ישראל און ״בדרך אגב״ קען מען דערמאנען דעם ספר ויואל משה (פונעם בעמח״ס דברי יואל), אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן דעם איסור פון השתתפות בבחירות אין א״י, צו פון גיוס בנים ובנות ווייל די זאכן געהערן פאר בני ארץ ישראל און זיי קענען זיך אליין א עצה געבן.
מען זאל נישט צופיל דערמאנען פוילישע ספרי חסידות, אזוי אויך זאל מען נישט צופיל עוסק זיין דערינען ווייל דאס קען חלילה גורם זיין א בחינה פון מוח שליט על הלב-אז די פארפרוירענע מוח זאל שולט זיין אויפן מענטש אין מען וועט אויסקוקן ווי דער ליבאוויטשער חוזר יואל כהן.
ווען מען גייט צו אים אין שטוב צו עסן א סעודה צו פאר קידוש זאל מען נישט לייגן א קאפ (בלשונו של הרב-טעפל) אויף די טיש מיט די עפענונג אויף אראפ נאר שטענדיג אויף ארויף כמנהג רבו מקיוויאשד, אזוי אויך דעם קארנפלעקס קיגל וואס ער טיילט שבת ביים קידוש איז נאר פאר דער וואס איז געוואונט דערצו אויב נישט זאל מען נישט נעמען, א חוץ אויב מען וויל דווקא זיך צוגעוואונען דערצו.
יעצט וואס יא צו טוהן:
מען זאל שטענדיג זאגן ״די רבי האט געזאגט״, חס ושלום נישט ״די ראש ישיבה האט געזאגט״, ווארום ראש ישיבה באדייט די בעסטע בחור פון די ישיבה, אזוי אויך זאל מען כסדר קישן דעם רבין׳ס הענט מפני הכבוד.
כל המרבה להזכיר לפניו ספרי רבותינו גדולי הונגריה והסביבה הרי זה משבח, און אז מקען נאכזאגן א שטיקל שערי תורה פונעם ווערבויע׳ר רב איז ממש געוואלדיג, שערי תורה איז דאך אונזערע רבי שמעון שקאפ-שערי יושר, אזוי אויך האבן מיר דעם מחנה חיים וואס איז געווען אונזער ״רבי חיים בריסקער״.
א כלל גדול פאר אלע וואודרידזשע תלמידים איז אז מקען אלעס קוקן אין לערנען אבער מיר דארפן וויסן ווי אונזער יסוד איז דהיינו יוצאי הונגריה מתלמידי תלמידיו של רבינו החתם סופר מיט׳ן התמזגות הנפלאה של אש החסידות וכמבואר בספר ״דולה ומשקה״.
נו בחורים גיימיר קיין וואודרידזש?
Sent from my iPhone using Tapatalk
אייזן גוט!