עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג מערץ 29, 2016 5:29 am

ריכטיג האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ריכטיג, וואס איז דאס?

שושן פורים (אן אלטע, נישט פון דעם יאר) ביי ר' מאטל זילבער.

אגב, דארט הערט מען ווי מ'דערמאנט אז ר' מאיר דארף באלד אנקומען.

דאס באציהט זיך צו הגה"צ רבי מאיר מאנדלבוים שליט"א, וואס ווי דערמאנט במקו"א רופט אים רבי מאטל זילבער צו טאנצן מיט אים שושן פורים, זייענדיג נאנטע ידידים נאך ביי רבי איציק'ל אמשינאווער.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14530 מאל

הודעהדורך אחד העם » דינסטאג מערץ 29, 2016 9:07 pm

שוין @הוגה, ס'איז דיר געלונגען.
אייל: ואם יום אחד תרצי כמו כל גוזל קטן, לחתוך את השמיים לכבוש את העולם, תמיד אהיה שם בשבילך, אתן את כל כולי, הוי ילדתי. אלין: וכשהיום יבוא ואצא אל החיים, אם ארצה לעוף גבוה ולגעת בשחקים, אקח לי רגע בשבילי, וכמו תמיד אשוב אליך, אבא שלי.
(מתוך דו-שיח בין אייל גולן ובתו אלין-תמיד בשבילך)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:17 pm

אפאר וואכן צוריק האב איך געליינט אין דער צייטונג א באשרייבונג איבער די 'לענדפילד שול' אין מאנטיסעלא, וואו עס איז אויך געברענגט געווארן די סיפור חיי אבי רב הקהילה - הרב בנציון כאנאוויטש שליט"א, וואס שמו מעיד עליו אז ער איז א ליובאוויטשער חסיד כמה דורות.

בתוך דבריו האב איך מיך אנגעשטויסן אין די פאלגענדע טיפישע אנעקדאט אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שאנכיי [ווי אויבנדערמאנט].

"זייענדיג אין שאנכיי, איז זיין [-הרב כאנאוויטשעס פאטער] ברודער שמואל אברהם נישט געזונט געווארן. מיין טאטע האט שווער געארבעט מיט דאקטוירים און שפיטעלער. דער אמשינאווער רבי איז געווארן פארמישט, ער איז איינמאל געגאנגען מיט מיין טאטן דעם לאנגן וועגן ביז צום שפיטאל, צו פארזיכערן אז שמואל אברהם וועט עסן אום יום כיפור!".


איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14530 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:11 pm

שש משזר האט געשריבן:[/i]
איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.

לכבוד די יארצייט
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 770
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:55 pm

דריי און פופציגסטע קאפיטל:
א טיפישע וואורקע ניגון, ופירושו.


עס איז באקאנט די אלט פארצייטישע ניגון [אדאפטירט דורך שלמה'לע קרליבך]:
געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר - 1,2,3,4
ס'איז שוין צייט צו גיין דאווענען/לערנען - 1,2,3,4

נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען,
יא געגעסן - יא געשלאפן - - -
איז וואס'זשע טויגסטו אויף די וועלט?
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט?



אן ענליכע ניגון זינגט מען אין חב"ד:
עסן עסט זיך, טרינקען טרינקט זיך,
וואס זאל מען טאן, אז ס'דאוונט זיך נישט?
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טאן אז ס'לערנט זיך נישט?
איי איי איי ייאיי, וכו'...


*

אין אמשינאוו ווידער, איז דא א ניגון [וואורקע ניגון], וואס קומט ארויסברענגען ממש דאס פארקערטע.

עסן און טרינקען איז א פראבלעם? דאס איז דען אויף וואס מיר דארפן וויינען? מיר דארפן בכלל טראכטן וועגן די נעגאטיווע זייט, אז ס'עסט זיך, טרינקט זיך, און שלאפט זיך, אבער ס'לערנט און ס'דאוונט זיך נישט? לא ולא! דער עיקר איז צו געדענקן גאט, און פרובירן זיך צו האלטן אין די ריכטיגע שינעס.

געטריי צום געדאנקנסגאנג וואס וואורקע פארקערפערט אין זיך, זאגט די ניגון אן איפכא מסתברא'דיגע חידוש, וואס נאר כהיום איז אזא מהלך המחשבה געווארן חלק פון די ספעקטרום ביי די נייע משפיעים ומחזקים.

די ווערטער פונעם ניגון גייען ווי פאלגענד:
אז ס'גייט א איד אויף גלייכע שטיינער,
פאלט ער אראפ און צוברעכט זיך די ביינער,
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן,
ביז ער קומט קיין וואורקע צו פארן.

נישט געדאוונט, נישט געלערנט,
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט,
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר דעם בורא עולם נישט פארגעסן.


*

אין אמשינאוו/וואורקע, האט מען גענומען דעם ניגון זייער ערנסט, און ס'דא פשטים אין די ווערטער פונעם ניגון.

בקיצור נמרץ: צומאל גייט א מענטש אויף כלומר'שטע 'גלייכע שטיינער' אבער דאס גאר ברענגט אים זיך צו צוברעכן די ביינער [והכונה לענינים רוחניים]. ער וואלגערט זיך ארום מיט פארשידענע מהלכים, זה אומר בכה וזה אומר בכה, אבער זיי געבן אים נישט די כלים צו בלייבן א נארמאלע מענטש און פארט טפח מעל גבי קרקע.

ביז ער קומט אן קיין וואורקע, וואו מ'לערנט אים אויס א נייע מהלך אין אידישקייט: טראכט נישט פון דיינע זאכן וואס דו האסט געטון אומריכטיג, לייג אריין דיין קאפ אין די פאזיטיווע חלק, דו ביזט א חלק אלוק ממעל, דו ביזט גאטס באליבטע קינד, דאס זאל דיר ברענגען א גרויסע מאס שמחה אז הגם דו ביזט נישט געשטיגן אין מדריגות, איז די עצם פאקט אז דו פארגעסט נישט פונעם באשעפער גענוג א חשוב'ע זאך.

די אומגעזאגטע תוצאה דערפון איז, אז דאס זעלבסט וועט אים ברענגען צו העכערע מדריגות, ווען אנשטאט קוקן ווי ווייט ער האלט, וועט ער זיך פשוט מתעלה זיין דורכן זען די גרויסקייט פון יעדע קלייניגקייט וואס ער טוט פארן באשעפער, זאל אפילו זיין דער פשוט'ער פאקט אז ער דערצערנט אים נישט.

*

א זאך וואס איז נישט אויסגעשמועסט געווארן אין דעם סעריע ארטיקלן, אבער איז ראוי לציון, איז די גרויסע מאס הארציגע ניגונים לבית וואורקע.

זיי האבן ריכטיגע פארצייטישע דביקות'דיגע ניגונים, נישט קיין מארשן סטיל, ניטאמאל די פארקוועטשקייט וואס חב"ד שטעלט פאר [וואס מ'דארף זיין אין די ריכטיגע גיסטע עס צו ליב האבן, הגם פערזענליך בין איך הייס פאר חב"ד'סקע ניגונים], נאר טיפישע הארץ רייסנדע תנועות געמישט מיט א פשטות. בקיצור, ס'פאסט אריין אינעם 'וואורקער מהלך'...

דא קענט איר הערן דעם אויבנדערמאנטן וואורקער ניגון, וואס איז זייער א הארציגע תנועה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שש משזר אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14530 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:04 pm

טאקע זייער הארציג, מהערט גלייך אז דאס איז נישט קיין היינטיגע ניגון, ווער איז דער זינגער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סמבטיון אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמבטיון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 510
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:06 pm

כ'ווייס נישט. ער איז לכאורה אן אלכסנדר'ער חסיד, ווייל דאס איז א ניגון פון א טעיפ וואס חצר אלכסנדר האט ארויסגעגעבן [כידוע איז אלכסנדר א צווייגעלע פון וואורקער חדר].

---
כ'האב צוגעלייגט א שטיקל ביאור להניגון, במשנת אמשינאוו.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14530 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:12 pm

שש משזר האט געשריבן:כ'ווייס נישט. ער איז לכאורה אן אלכסנדר'ער חסיד, ווייל דאס איז א ניגון פון א טעיפ וואס חצר אלכסנדר האט ארויסגעגעבן [כידוע איז אלכסנדר א צווייגעלע פון וואורקער חדר].
---
כ'האב צוגעלייגט א שטיקל ביאור להניגון, במשנת אמשינאוו.

מיר געפעלט דיין ''ביאור'' אויף דער ניגון, סאיז אזוי מין חב''ד'סיק אז מקען גאר ניט משער זיין, צו געבען ביאור אויף א ניגון און אריינלערנען פשט אין די קרעכצעדיגע קנייטשען פון א ניגון...
מיר זענען א סטאדע סאסייעטי, מיר האבן א סטאדע מיינד סעט, א סטאדע גייט אין א שפאן, קיין איין לעמעלע גייט נישט ארויסגיין פין די ליניע, נישט ווייל קיינער לאזט אים נישט נאר ווייל א לעמעלע גייט נישט, פינטעל.
דברים כדברונות מפליקער
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 743
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:18 pm

זייער שיין, שש.

איך האב מקבל געווען דעם צווייטן האלב פונעם ערשטן טייל כזה:

גיבט ער א געשריי, אוי וויי,
לאמיר צום הייליגען רבי'ן צוריקפארן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3286
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6202 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 4:09 pm

סמבטיון האט געשריבן:טאקע זייער הארציג, ווער איז דער זינגער?

לכאורה אברמ'ל מאשקאוויטש א זינגער אין ארץ ישראל
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1488
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 3:35 pm

די וואך אין בלאט ציבור 14 איז דא די בילדבילד

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 380 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 4:07 pm

האב איך נישט געוואוסט אז דער שרייבער אין 'דער בלאט' ליינט מיינע ווערטער אין ק"ש...

ערנסט גערעדט, טעה בשתיים:
ר' יאסעלע אמשינאווער'ס טאטע האט געהייסן ר' מנחם'ל, נישט ר' מענדעלע.
ר' איציקל אמשינאווער האט אנגעהויבן פירן נאך בחיי דודו ר' שימעלע, ולא התחיל לאחר פטירתו.


דאס איז שוין טעותים אין א קורצע פאר שורות...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14530 מאל

הודעהדורך זבולון » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:51 pm

שש משזר האט געשריבן:אז ס'גייט א איד אויף גלייכע שטיינער,
פאלט ער אראפ און צוברעכט זיך די ביינער,
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן,
ביז ער קומט קיין וואורקע צו פארן.

נישט געדאוונט, נישט געלערנט,
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט,
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר דעם בורא עולם נישט פארגעסן.



עס וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע אשכול פאר דעם ניגון, עס ענטהאלט אין זיך אזויפיל יסודות.

בימי קדם פלעג איך זינגען דעם ניגון כמעט יעדעס וואך ביים שבת טיש.
There are only 10 types of people in the world: Those who understand binary, and those who don’t.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 5:10 pm

ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 7:05 pm

אמשינאוו איז מלשון
עם-שיניו = א פארענדערעטע פאלק
דאס איז דאך די עיקר גדלות זייערע צו מאכן פון טאג נאכט און פון נאכט טאג
נישט ח"ו אז איך מאך איהם אוועק, עס איז מיר פשוט איינעפאלן א טייטש וויל איך עס נישט האלטן אין בויך
מיש-נייעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:53 pm

דער שמועס אין אוצר זעט אויס ווי ס'איז אריבער געגיינגען העווי קאנסטראקשען און וואס ס'איז געבליבן איז נאר מעט מזעיר...
קטנות המוחין
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1066 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:55 pm

אזוי ווי דער שמועס איבער אלגעמיינע רבי'שע באמבאסטישע הנהגות איז געווארן אפגעטיילט פונעם אמשינאווער אשכול, שטעל איך צו א פרישע לינק דערצו: [url]לדרכי ההנהגה של מקצת צדיקים שליט"א - פורום אוצר החכמה http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=30639[/url]
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:12 pm

@בן אדם, דערווייל איז אלץ געבליבן, זע די פריערדיגע תגובה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:52 pm

מפוזרי האט געשריבן:ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539


לינק ארבעט נישט
מיש-נייעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:06 pm

ווייס איך נישט. איך האב בודק געווען ביי מיר, אויף טעפאטאלק און כראום, און ס'ארבעט יא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:34 pm

איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1571
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1057 מאל

הודעהדורך חוקר וסקרן » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:46 pm

אויפ'ן רבינ'ס פאטער וואלט זיך געלוינט צו עפענען אן אשכול פאר זיך
איז שוין דא איינס אויף ר' חיים מיליקובסקי?
באניצער אוואטאר
חוקר וסקרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך בן אדם » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:48 pm

און ס'גייט ווייטער... אז ס'קומט ר' משה'ן א שטויס! נאר ס'נישטא ווער ס'זאל עס טהון...
קטנות המוחין
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1066 מאל

הודעהדורך חוקר וסקרן » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:51 pm

יעצט געטראפן אויף אוצר החכמה פורומ'ס
בייגעלייגטע פיילס
11q.jpg
באניצער אוואטאר
חוקר וסקרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט