עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:20 am

דריי און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות ונספחים על אדמור"י אמשינאוו.



אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.

הרה"ח ר' מאיר יהודה וואזנער שליט"א [פאטער פון הגאון רבי יוחנן וואזנער, דומ"ץ סקווירא במאנטריאל] דערציילט, אז נאכן קריג איז ער געווען א הייסע חסיד פון רבי שימעלע אמשינאווער, וועם ער האט מגדיר געווען אלס א שטיק פייער מיט זיין הייליגע עבודה. לאחר פטירת רבי שימעלע איז ער געווארן א חסיד פון אלטן סקווערן רבי'ן, און ער איז געווען פון די נחשונים ביים אויפשטעלן דעם סקווערן שטעטל. עכ"פ ער האט דערציילט וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטן, אז כידוע איז מען מחמיר אין אמשינאוו מיטן זמן ביינאכט, און אין ארץ ישראל איז נאך ביז היינט דא דער זמן פון 'צוויי שעה' נאכן זמן. רבי שימעלע האט שוין געווארט אויפן שפעטערן זמן, און ער האט קיינמאל נישט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת, אבער היות יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין מנינים מעריב האט ער געווענליך געדאוונט ביחידות.

איינמאל איז א ליטווישע גדול אריינגעקומען צו רבי שמעון שלום, און האט אים געפרעגט פארוואס ער דאוונט נישט בציבור ביים זמן ר"ת, זאגנדיג אז קודם זאל ער דאווענען מעריב מיט מנין, און העכסטנס זאל ער איבערליינען ק"ש של ערבית ווען עס קומט אן דער שפעטערער זמן. רבי שימעלע האט אים געענטפערט צוקאכטערהייט: איר מיינט אז ס'איז אזוי גרינג 'איבערצוליינען' קריאת שמע? דאס איז א פרישע הכנה ועבודה פון מקבל זיין פון פריש עול מלכות שמים באהבה, קען מען דען עפעס אזוי גרינג 'איבערליינען נאכאמאל' ק"ש?!

אן אינטרעסאנטער אנעקדאט האב איך געהערט בשם הרה"ח ר' משה יונה זיסהאלץ ז"ל, וואס האט געהאט די זכי' צו וואוינען אין זעלבן בנין ווי רבי שימעלע. האט ער דערציילט א הפלא'דיגע מעשה, אז איינמאל הושענא רבה נאכמיטאג איז ער אריינגעקומען אין רבי'נס ביהמ"ד, און צו זיין גרויס וואונדער האט ער געזען ווי דער רבי ר' שמעון שלום, מיט זיין זון רבי מאיר'ל, זיצן אויפן ערד פון ביהמ"ד און קלויבן צוזאמען די הושענות בלעטער וואס איז געלעגן אויפן ערד נאכן קלאפן הושענות. רבי מאיר'ל האט געוואלט ברענגען א בעזים און אויפקערן די ביהמ"ד, אבער רבי שמעון שלום האט אים געזאגט אז ס'איז שיורי מצוה און ער וויל נישט מ'זאל עס מבזה זיין דורכ'ן אויפקערן מיט א בעזים, און דערפאר האבן זיי מלקט געווען בידים די הושענות בלעטלעך... ר' משה יונה זיסהאלץ האט שנעל אריינגערופן צוויי חברה זאלן ארויסהעלפן, אבער ס'איז געבליבן אין די ביינער צו זען דעם צדיק נפלא וזקן האדמורי"ם, ווי ער זיצט און נעמט צאם בלעטלעך פון ערד!


אויף הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.

איבער רבי איציק'לס תורה לערנען, האב איך אויך געהערט נאך הפלא'דיגע מעשיות. ווי אויבנדערמאנט איז הגאון ועילוי הנפלא רבי שמעי' מעריל שליט"א, געווארן א חסיד פון רבי איציק'ל. ער איז געווען א טיפישער 'ישיבת בית התלמוד' תלמיד, געקאכט אין הרב חזן וכו' [ראשי ישיבת בית התלמוד], און ער האט זיך מדבק געווען פונקט אין דעם פוילישן רבי. ווען זיין זון האט אים געפרעגט דערוועגן, האט ער געזאגט: דו מיינסט אז כ'בין סתם אזוי געווארן א חסיד פון אמשינאווער רבי? כ'בין אריין צו אים, גערעדט מיט אים אין לערנען, און כ'האב געזען אז ער איז א בקי בכל התורה כולה. נישט סתם אויבערפלעכליך, נאר בעיון גדול. ער פלעגט טאקע אסאך זיך מפלפל זיין מיט רבי איציק'ל אין לערנען, כאטש ווען ס'איז געקומען ברבים פלעגט רבי איציק'ל קיינמאל נישט ארויסווייזן זיין גדלות בתורה, פונקט ווי ער פלעגט נישט ארויסווייזן קיין שום גדלות. ער פלעגט באהאלטן זיין פייער ביי זיך אינדערהיים.

מצד שני, איז געווען אמאל א מעשה, אז רבי איציק'ל האט פארגעלערנט אוה"ח הק' ברבים, און עפעס א רב איז דארט געזעצן ביים שיעור, און אינמיטן איז אים עפעס שווער געווארן און ער האט געפרעגט רבי איציק'ל דערוועגן. רבי איציק'ל האט אים גארנישט געענטפערט. שפעטער האט רבי שמעי' מעריל עפעס געפרעגט ביים שיעור, און רבי איציק'ל האט אים יא געענטפערט. ווען דער רב האט אויסגעדריקט זיין וואונדער אז רבי שמעי'ן האט ער יא געענטפערט, האט רבי איציק'ל איינפאך ערקלערט: רבי שמעי'?! דאס איז גאר עפעס אנדערש! כלומר, ער איז גענוג גאון אז זיינע קשיות זאל איך מוזן פארענטפערן.

בכלל האט רבי איציק'ל זייער שטארק מעודד געווען צו לערנען גמרא און נישט זיין פארנומען מיט חסידות א גאנצן טאג, זאגנדיג אז 'אין אמשינאוו איז געווען איין חסיד'יש ספר, און דאס האט מען געלערנט פון דעקל צו דעקל, די נאמען פונעם ספר איז תלמוד בבלי'... און ער פלעגט כסדר ארויסברענגען רבי איציק'ל וואורקער'ס ווארט, אז דער בעסטער חסיד'ישע ספר איז די גמרא.

מצד שני, ווען ס'איז אמאל אריינגעקומען צו אים איינער בעטן חיזוק אז ער קען נישט לערנען ביינאכט פון גרויס מידעקייט, האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: זאלסט שוין גיין שלאפן! מ'טאר זיך נישט איבערשטרענגען... ענליך איז געווען אמאל ווען איינער פון זיינע אייניקלעך איז געגאנגען שלאפן שפעט, האט ער אים אנגעווארנט: זאלסט נישט אויפשטיין פרי. מיינענדיג צו זאגן, אז מ'דארף יעדע זאך נעמען במידה ובמשקל, און נישט ארויסגיין פון נארמאלע גדר, ווייל דעמאלס קען זיך עס נישט האלטן פאר לאנג. און אזויווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט ארויפגייענדיג געלאסן די טרעפ פון ביהמ"ד צו זיין שטוב: 'מדריגות' [-לשון נופל על לשון, 'טרעפ'], דארף מען גיין געלאסן... אן אנדערס מאל האט ער זיך אויסגעדריקט: אז מ'גייט געלאסן קומט מען אן.

בעצם קען איך דערציילן אן א שיעור מעשיות פון רבי איציק'ל, אבער א"כ אין לדבר סוף.
דערפאר לעת עתה וועלן מיר מיט דעם פארענדיגן די סעריע פון תולדות צדיקי בית אמשינאוו לדורותיהם, זכותם תגן עלינו אמן.



אין קומענדיגן קאפיטל: ביבליאגראפיע [עד כמה שאני זוכר].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך רימון » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:54 am

שרייב יא נאך מעשיות איבער ר' איציקל, און בכלל, קארג נישט קיין אנעקדאטן און עפיזאדן, ווי איידער בלויז ביאגראפישע און פערזענליכע שטריכן. א דאנק.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 3:06 am

אויב כ'וועל הערן נאך אפאר ניקס בעטן די זעלביגע, וועל איך אי"ה שרייבן מער אויף רבי איציק'לען. פאר א רבים גיי איך מיך מטריח זיין.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך רימון » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:31 am

חברה, א פעטיציע איז אין אפעקט, ווער שרייבט אונטער?

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:00 am

אינטערגעשריבען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5278 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:07 am

איך וואלט בעסער געוואלט אז קודם זאל מען אנקומען צום קעפל פון די אשכול דער היינטיגער רבי, און נאכדעם מרחיב זיין מיט מעשיות און אנעקדאטן פון די פריעריגע.
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4275 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:45 am

אונטערגעשריבן אויף @געוואלדיג'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6681 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

הודעהדורך שטיינער » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:04 pm

איך האב געליינט כמעט אלע פרקים, עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט אין באלערנד, א גרויסען יישר כוח פאר ביז אהער.

ועתה על של עתה באתי, ברענג נאך, סיי נאך אנעקדאטן אין סיי איבערן היינטיגן רבי'ן שליט"א.
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:06 pm

איך שרייב אונטער רימון'ס פעטיציע.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1228 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:08 pm

איך שרייב אונטער ביידע פעטיציעס.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1318
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 871 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:43 pm

איידער איך הייב אן רעדן פון היינטיגן רבי'ן, גיי איך אי"ה קלאר נעמען א היבשער 'ברעיק'. כ'וועל דורכגיין מקורות נאכאנאנד צו האבן א קלארן בילד, און אזוי אויך דארף איך התחדשות. ס'איז א ברי' בפני עצמה.

די שאלה איז אויב כ'זאל דערווייל ממשיך זיין מיט נאך סיפורים ודרכו ומהלכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער מאמעריקע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:49 pm

אז עס וועט סיי ווי זיין א ברעיק, אוודאי זאלסטו ממשיך זיין אויב אזוי מיט סיפורי צדיקים
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4275 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:20 pm

נו ודאי זיי ממשיך
אבער רעכן דאס אריין אין דיין ברעיק!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6681 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך יעלה ויבא » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 4:19 pm

Rabbi Sheish keep them coming
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 1864 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 3:06 am

פיר און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על היסודות במשנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.



עבדו את ה' - בשמחה.

אנדערש ווי ביי רוב 'עובד'ישע מקומות, ווי 'שמחה' איז נישט קיין גאנגבארע ארטיקל, און אפילו אויב יא - איז דער טייטש פון 'עבדו את ה' בשמחה' אז מען דארף דינען דעם באשעפער מיט שמחה, איז אין אמשינאוו געווען דער טייטש - און בעצם דער מהות החיים - אז די דרך וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן, איז דורך שמחה. נאר מיט שמחה קען מען אנקומען צו הויכע דרגות, און אנדעם קען מען גאר פאלן. און אזויווי רבי איציק'ל האט זעלבסט דערציילט, אז אין א געוויסע שטאט איז געווען א ירא שמים מרבים וואס איז נישט געגאנגען בדרך החסידות, און אין יענעם שטאט זענען געווען אסאך פורקי עול ל"ע. האט אים א חסיד געזאגט, אז צוליב אים פאלן אזויפיל אוועק פון אידישן וועג, ווייל ווען זיי זעען וויאזוי עס זעט אויס א איד א יר"ש - איינער וואס איז 'אנגעשטרענגט' און בעצבות - פארגייט זיי די אפעטיט פון גיין בדרך התורה. אבער ווען מ'זעט א חסיד, איז דאך דא וואס צו גלוסטן אין זיין התנהגות זעענדיג א מענטש וואס איז בשמחה א גאנצן טאג און איז נישט פארקוועטשט... רבי איציק'ל האט דאס אנגעקוקט פאר איינע פון די יסודות פונעם בעש"ט.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז כעין זה מתאמרו פון א גדול, אז דער קרעכץ אום שבת 'אוי וויי' האט אוועקגעלייגט אומצאליגע אידישע דורות אין אמאליגער אמעריקע. דהיינו, אז די אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען נישט צו ארבעטן שבת, איז געווען געוויסע וואס האבן זיך מחזק געווען, און זייערע קינדער האבן געזען א 'שמחה' אין שטוב, אבער ס'געווען בעלי מסי"נ וואס וויסנדיג אז מארגן האבן זיי נישט קיין דזשאב - צוליב'ן נישט אריינקומען ארבעטן שבת - האבן זיי געקרעכצט שבת 'אוי', און די קינדער האבן געטראכט צו זיך אז זיי דארפן נישט קיין לעבן פון 'אוי'... און זיי זענען ליידער אוועקגעפאלן.

ואגב יאמר, אז כ'האב אמאל געזען אין מכתב מאליהו להרב דעסלער, ווי ער שרייבט אז היינט צוטאגס איז געבליבן זייער ווייניג פון די פנימיות'דיגע עבודה פון אמאליגע חסידים ומתנגדים בעלי מוסר, נישט זיין מוסר איז אמת'דיג און נישט זיין שמחה איז אמת'דיג. אבער צו וויסן ווער ס'שטייט שענער, דארף מען זען די היסטאריע: אין אמעריקע בעפאר'ן קריג האבן מענטשן געארבעט ביטער שווער א גאנצן טאג, און די רוחניות'דיגע מצב איז געווען כמין מדבר שממה. קיין צייט פאר ערנסטע חסיד'ישע צו ליטווישע עבודה, איז נישט געווען. אבער א חסיד'ישע איד האט געקענט אהיימברענגען שמחה, זינגען א פארצייטיש חסיד'ישע ניגון, כאפן א טענצל שבת, און דאס האט ער אריבערגעפירט צום קינד - א געשמאק אין אידישקייט. דער מתנגד ווידער, האט נישט געהאט וואס צו געבן פארן קינד, און פון זיי זענען טאקע פראצענטועל אוועקגעפאלן סאך מער. הוי אומר, אז דער חסיד'ישער דרך האט פארט בעסער משפיע געווען. דאס האט הרב דעסלער - דער ליטווישער גרעסטער משפיע נאכן קריג - זעלבסט געשריבן אין זיין ספר!

אזוי אויך האט ער דערציילט פונעם באקאנטן תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש, הרה"ק רבי חיים חייקל מ'אמדורא זצוק"ל, אז איינמאל איז ער אנגעקומען אין שטאט בארדיטשוב, און ער האט געבעטן פון איינעם אים צו פארבארגן א קלייד. זייענדיג א 'בטלן' האט ער נישט געוואוסט וויאזוי דאס אנצוטון, און ער האט דאס אנגעטון פארקערט אז די אויבערשטע חלק פונעם בגד איז געווען אונטן. ווען ער איז ארויס אין גאס און מענטשן האבן אים געזען אנגעטון אזוי מאדנע, האבן זיי געלאכט. זעענדיג ווי יעדער לאכט מיט אזא שמחה, האט ער זיך אנגערופן: יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז אנגעקומען צו זיין הויכן מדרגה, ווייל ער וואוינט אין א שטאט וואס אלע אירע איינוואוינער זענען בשמחה...

און טאקע צוליב די סיבה, האט ער אמאל געזאגט פאר איינעם אז ווען ער גייט שלאפן זאל ער נישט לערנען קיין ספרי מוסר, זאגנדיג אז דאס איז 'ווייל מ'דארף שלאפן ווי א מענטש, מ'דארף אויך עסן ווי א מענטש, און מ'דארף לאזן דעם קאפ זיך אויסלופטערן און נישט זיין פארקוועטשט'...! אסאך מאל איז פשוט צום שטוינען פון זיין 'פשטות' אין עבודת ה', און זיין פראקטישקייט. אזוי האט ער איינגעפלאנצט אן א שיעור תלמידי חכמים מופלגים, צדיקים, ועובדי ה'. טאקע צוליב דעם 'נישט כאפן הימלען' סארט עבודת ה'.


וטוב לב משתה תמיד.

שמחה איז נישט נאר געווען א 'מיטל' קונה צו זיין עבודת ה', נאר ס'איז געווען חלק פונעם 'עצם' עבודת ה'. די גאנצע תורה ותפילה וכו' איז געווען דורכגעפלאכטן מיט א קו פון שמחה של מצוה, און סתם שמחה. און אז ס'פעלט זיך אויס, מאכט מען א ווערטל. און אז ס'פעלט זיך אויס, טרינקט מען משקה... פאר אסאך מענטשן האט ער מייעץ געווען, אז [כדי קונה צו זיין שמחה] זיי זאלן נעמען א 'טרונק בראנפן נאכן דאווענען'... ווען איינער האט געזאגט פארן רבי'ן אז אפילו דער טרינק בראנפן העלפט אים נישט, האט דער רבי אים געענטפערט: אויב ס'העלפט נישט, נעמט מען צוויי גלעזלעך...

ער האט אמאל מסביר געווען, אז דער שו"ע הייבט זיך אן מיט די ווערטער 'שויתי ה' לנגדי תמיד', און ענדיגט צו מיטן פסוק 'וטוב לב משתה תמיד'. ביי ביידע מאל זעט מען דעם לשון 'תמיד'. דאס קומט מרמז צו זיין, אז נאר דורכן 'טוב לב משתה תמיד' קומט מען אן צום 'שויתי ה' לנגדי תמיד'...! און ער פלעגט אויספירן אז דער עיקר איז, אז 'מען טאר נישט זיין פארקוועטשט', ווי עס שטייט אין גמרא פסחים קי"ז, 'כי הא דרבה מקמא דפתח להו לרבנן, אמר מילתא דבדיחותא ובדחי רבנן', כדי אויסצולופטערן דעם קאפ.

און ווי ער האט דערציילט, אז דער שטאט שעדליץ איז געווען א גרויסע מקום תורה, און ס'זענען דארט געווען א גרויסע צאל 'לומדים' פון קאצקן חדר. און זיי האבן געהאט א סדר וואס זיי האבן געלערנט יעדן טאג, און שפעטער האבן זיי געשפילט שאך א לענגערע וויילע, ווייל מ'דארף זיך אויסלופטערן דעם קאפ. רבי איציק'ל האט צוגעלייגט מיט א ווערטל, אז היינט צוטאגס קען מען דאס נישט איינפירן אין די ישיבות, 'ווייל אלע וועלן ווערן שאך שפילער'ס'... [כלומר, אז דער עולם וועט בלייבן נאר מיט דעם]. אבער די נקודה איז אז מ'זאל וויסן אז דער מהלך איז מיט א רואיגקייט און מתוך שמחה.

א גוט ווארט האט רבי איציק'ל געזאגט, פארוואס אין די ערשטע משנה אין ש"ס ווערט געברענגט די מעשה מיט די קינדער פון רבן גמליאל 'שבאו מבית המשתה', און לכאורה איז נישט נוגע פאר די מהות השאלה [צו מ'קען נאך ליינען ק"ש של ערבית] צו וויסן פון וואו זיי זענען געקומען?! נאר די טעם פארוואס דאס איז אראפגעברענגט געווארן אנהייב ש"ס איז כדי מ'זאל אנהייבן צו לערנען ש"ס מיט 'שמחה'...

און צום לעצט, האט ער נאכגעזאגט פון זיין חבר רבי יצחק קראקעווער [א צדיק מופלא פאר זיך, ואכמ"ל], וואס האט געלערנט אין די 'אומאנע ספרים' [ספרי ברסלב], אז ער האט געזען אז ס'שטייט דארטן, אז מ'זאל נישט זיין בעצבות פון דעם וואס מ'איז בעצבות... און כסדר האט ער געלעבט מיט דעם, אז שמחה זאל זיין א נאטורליכע זאך, נישט אן 'עבודה', ודו"ק.


אין נעקסטן קאפיטל: עבודת ה' - איזהו דרך שיבור לו האדם?!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 2:27 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:אונטערגעשריבן אויף @געוואלדיג'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 2:51 am

פינף און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על היסודות במשנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.



עבודת ה': איזהו דרך שיבור לו האדם?!

ווי שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען, האט מען געהאלטן אין אמשינאוו אז מ'טאר נישט כאפן קיין מדרגות, נאר צוביסלעך זאל מען שטייגן בעבודת ה'. און ווי רבי איציק'ל האט מעיד געווען אויף זיין זיידע רבי מנחם'ל אמשינאווער, אז ביז זיינע מיטעלע יארן זענען רוב פון זיינע ד"ת געווען אויף נישט גיין צו הויך. ווייל אז מ'גייט צו הויך האט מען א נפילה נאכדעם.

איינמאל ווען מ'האט אים געקויפט א טלית, האט ער געבעטן אז מ'זאל לייגן א שטיקל לייוונט אינמיטן טלית [נישט נאר ביים קאפ]. האט מען אים געפרעגט, אויב זיין טעם איז כדי מפריד צו זיין די חלק עליון פון חלק התחתון, האט ער געזאגט אז ניין. האט מען אים ווייטער געפרעגט אויב די טעם איז פשוט פראקטיש, אז די טלית זאל זיך נישט צורייסן ביים פלאץ ווי מ'לייגט עס צאם, האט ער געזאגט: 'נישט אזוי הויך, נישט אזוי נידעריג, אזוי גייט מען'... מיינענדיג מרמז צו זיין, אז מ'דארף נישט זוכן הויכע כוונות נאר טון צו די זאך.

די פאלגענדע אנעקדאט גייט דאס אמבעסטנס ארויסברענגען: געווען איינע פון די יונגע חסידים, א גרויסע בעל התפעלות און טיפע קאפ, וואס איז געזעצן אין ביהמ"ד לעבן דעם ספרים שאנק, און געלערנט אין ספר 'דרך פיקודיך' פונעם בני יששכר, און מ'האט געזען אויף אים אז ער ווערט מורא'דיג אנגעצונדען און נתפעל אזוי לערנענדיג דעם ספר. רבי איציק'ל האט אים באטראכט, און דערנאך גערופן ביי זיין נאמען. יענער איז געווען אריינגעטון אין ספר, און האט גארנישט געהערט. רבי איציק'ל האט אים גערופן א צווייט מאל, און יענער האט ווייטער נישט געהערט. ביים דריטן מאל האט יענער זיך 'אויפגעכאפט' און געגעבן א שפרינג אויף פון פלאץ, פרעגנדיג דעם רבי'ן וואס דער רבי וויל. רבי איציק'ל האט אים געפרעגט: 'וויפיל איז די זייגער'?!...


אל יתייאש מן הרחמים - אפילו בעבודת ה'!

אזוי אויך האט רבי איציק'ל שטארק געקאכט מיטן אמשינאוון יסוד גדול, אז אין סיי וואספארא מצב זאל מען זיך נישט מייאש זיין פון זיך אליינס, און ס'איז אלס דא א וועג ארויס. ער האט אמאל געפרעגט פארוואס ווערט 'ערפה' - די שנור פון נעמי - דערמאנט אין מגילת רות, ווען סוכ"ס האט זי זיך יא צוריקגעדרייט צו אירע עלטערנס הויז, און איז נישט געווארן קיין גיורת. נאר דער הסבר איז, אז דאס קומט צו ווייזן פאר יעדן איד באיזה מצב שיהי', אז קיין שום יגיעה גייט נישט צוגרינד, און כאטש אפילו דער מענטש איז צוריקגעפאלן שוין נאכן זיך שלאגן מיט יצה"ר, און לכאורה איז ער א 'דורכפאל', פארט אבער באקומט ער שכר אויף די חלק וואס ער האט זיך געשלאגן מיט יצה"ר כאטש ער איז אים צום סוף נישט בייגעקומען!

ער האט אמאל דערציילט, אז איינמאל נאך 'כל נדרי' האט דער יצר הרע געוואלט מכשיל זיין דעם הייליגן בארדיטשובער מיט אן עבירה, און דער בארדיטשובער האט געזאגט 'איך האב אים געגעבן א ווארף, און מיט דעם האב איך אים אראפגעווארפן פון אסאך טויזענטער נשמות' [וואס ווי באקאנט פון ספה"ק, זענען די סארט מחשבות וואס קומען צום צדיק, פון נשמות וואס דארפן א תיקון, וד"ל]. האט רבי איציק'ל אויסגעפירט בשם דעם סלאנימער רבי, אז פון די מעשה דארפן מיר אלע נעמען חיזוק זיך נישט מייאש צו זיין אין קיין שום מצב, ווייל דער יצר הרע האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון פרובירן פארקויפן זיינע לאקשן אפילו פארן בארדיטשובער, אפילו נאך כל נדרי, איז אוודאי סתם א מענטש זאל וויסן אז דער יצר לאזט קיינמאל נישט אפ.

מ'זאגט נאך אן אלט ווארט, אז א מענטש זאל 'ביי יענעם נישט אריינקוקן, און פון זיך נישט ארויסקוקן'. האט רבי איציק'ל מוסיף געווען, אז היינט צוטאגס דארף מען אפילו נישט צופיל 'ביי זיך אריינקוקן'... און ווי ער האט נאכגעזאגט פון זיין חבר דער אינטרעסאנטער צדיק רבי יצחק קראקעווער, אז א מענטש זאל 'פון עבר אינגאנצן נישט טראכטן, די עיקר פון הוה, און אביסעלע אויפן עתיד'. און טאקע ווען איינער איז אריין צו אים בעטן א תיקון אויף עניני שמירת הברית, האט אים רבי איציק'ל געזאגט: פארגעס! און ווען יענער האט געבעטן אז דער רבי זאל אים פארט געבן א תיקון, האט ער אים געזאגט: די תיקון איז - פארגעסן...!

אזוי אויך, ווען איינער איז אריין צו אים ערב ראש השנה, האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אמאל ווען איינער האט געוואלט טון אן עבירה האט ער זיך געדארפט פלאגן דערויף, און אריינגיין אין א גרויסע שטאט, וכו', און דערפאר איז די תשובה אויך געווען בדרך קשה. אבער היינט צוטאגס 'זאגט מען' אז מ'קען גרינגערהייט צוקומען צו זינדיגן, איז אויך גרינג תשובה צו טון. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד, מ'זאגט א פרק תהלים מיט כוונה, און דער אייבערשטער איז מוחל.

שארפער פון דעם האט ער אמאל געזאגט פאר איינעם, וואס איז אריין צו אים מוצ"ש סליחות, און האט זיך אפגערעדט אז 'ער שפירט נישט' דערווייל קיין שום הכנה צום יום הדין, נאר פונקט ווי אינמיטן יאר. האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: 'נאר א "יש" וויל שפירן'! [דא ליגט באגראבן א גאר שארפע יסוד פון אמשינאוו, ודו"ק]. דערנאך האט ער צוגעלייגט: דו ווייסט וואס איז 'תשובה'? מ'זאגט א פרק תהלים, און מ'גלייבט אז דער אייבערשטער איז מוחל. די פשוט'ע ווערטער זענען בעצם גאר גאר טיף, און אונטער דעם ליגן שטארקע נקודות אינעם דרך העבודה פון אמשינאווער חדר. די פשטות, די תמימות, און די התבטלות צום אין סוף איז אזוי גרויס, אז דאס איז דער עצם יסוד פון עבודת ה' - ווי דער יסוד פון 'תשובה' - אין אמשינאוו. אזוי לעבן טאקע אט די דורכגעברענטע עובדי ה' וואס דרייען זיך אין אמשינאוו, און מיט אזא קו און מהלך המחשבה, איז טאקע גאר שווער צו כאפן א שטארקע 'ירידה'.


אין נעקסטן קאפיטל: דיבוק חברים, שמירת עינים.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:05 am

אזוי אויך, ווען איינער איז אריין צו אים ערב ראש השנה, האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אמאל ווען איינער האט געוואלט טון אן עבירה האט ער זיך געדארפט פלאגן דערויף, און אריינגיין אין א גרויסע שטאט, וכו', און דערפאר איז די תשובה אויך געווען בדרך קשה. אבער היינט צוטאגס 'זאגט מען' אז מ'קען גרינגערהייט צוקומען צו זינדיגן, איז אויך גרינג תשובה צו טון. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד, מ'זאגט א פרק תהלים מיט כוונה, און דער אייבערשטער איז מוחל.


הוא הדבר אשר דברנו

ירח בן יומו האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

אביסל ענדליך צו דעם איז דא די וואך אין ישמח ישראל

ישמח ישראל.PNG
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:10 am

זעקס און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על משנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.



דיבוק חברים.

ווי שוין דערמאנט אין די פריערדיגע קאפיטלען, איז געווען איינע פון די סאמע יסודות אין אמשינאוו, די 'דיבוק חברים'. די נאנטשאפט איז געווען פון די 'שלש חמורות'... אין אמשינאוו האט מען געהאלטן, אז דורכן זיך האלטן צוזאמען, קען מען שטייגן פיל גרינגער, און איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. דאס זיך האלטן נאנט, איז לאו דוקא באופן פון זאגן תורה וכדומה, נאר דער עצם דיבוק חברים שאפט א התעלות. למשל איינמאל ווען א חסיד האט געפרעגט רבי איציק'לען וואס איז דאס חסידות אויף 'למעשה', דהיינו וואס זאל מען טון. האט ער געזאגט אז מ'זאל מאכן סעודות מרעים... האט יענער געפרעגט דעם רבי'ן, וואס זאגט מען בשעת'ן סעודה? מ'רעדט נישט בעניני חסידות ועבודת ה'? האט ער געענטפערט, אז מ'זאל דערציילן סיפורים, אדער זינגען ניגונים. נאכמער האט ער צוגעלייגט, 'אז מ'זיצט צוזאמען, אפילו אויב מ'טוט גארנישט, איז אויך כדאי'...

ענליך צו דעם איז אמאל געווען, ווען מ'האט זיך עפעס געוואלט פארנעמען, און מ'האט אים געפרעגט וואספארא תקנה צו מאכן אדער לייגן א ספעציעלע דגוש דערויף, האט ער געענטפערט אז ס'איז נישטא עפעס ספעציעל איינצופירן. ווען מ'האט זיך איינגעבעטן אז מ'וויל פארט הערן עפעס פונעם רבי'ן וואס זיי זאלן זיך פארנעמען, האט ער געזאגט אז מ'זאל זיך זעצן צוזאמען נאכן דאווענען פאר א 'לחיים'...

טאקע געווען אמאל וואס די חסידים זענען זיך צאמגעקומען, און געטרינקען אסאך 'משקה' כמנהג אמשינאוו, און זיי האבן געשמועסט זייער היימיש און אפן צווישן זיך. האט איינער באמערקט, ווי דער רבי איז געשטאנען אויבן אויפן טאראסע [-פארטש] און געהערט וואס דער עולם רעדט, און מ'האט געזען אויף אים אז ער האט גאר שטארק הנאה דערפון. פון דעם האבן די יונגעלייט פארשטאנען זיין כוונה, אז די עצם 'היימישקייט' איז וואס דער רבי וויל אויפטון מיט די דיבוק חברים, און דאס איז די קורת הנאה וואס ער האט דערפון.

אינטרעסאנט איז טאקע געווען, אז איינמאל ווען ער האט חתונה געמאכט אן אייניקל, האבן די חסידים זיך גוט אנגעטרינקען מיט משקה כראוי וכיאות, און זיי האבן געטאנצן לעבעדיג פארן רבי'ן. איז דארטן געווען א חשוב'ער איד וואס איז אים נישט געווען ניחא אז דער עולם טאנצט אזוי 'צו לעבעדיג' פארנט פונעם רבי'ן, און ער האט געוויזן מיט די פינגער אז זיי זאלן אוועקגיין. גלייך האט זיך רבי איציק'ל געוואנדן צו אים, זאגנדיג: 'דאס זענען מיינע אמת'ע גוטע פריינט'...!


'דאס זענען מיינע אמת'ע גוטע פריינט'. רבי איציק'לס פנים שוחקות עם חסידים ומעריצים:
--רבינו זיע 047628.jpg

פארט אבער איז געווען אמאל, אז מ'האט געוואלט מאכן באזונדערע חבורות פאר די יונגעלייט, און פאר די בחורים. ווען מ'איז אים אריין פרעגן צו מ'זאל אזוי טון, האט ער זיי נאכגעזאגט בשם הרה"ק רבי יאנקעלע ראזדימינער זצ"ל, אז 'די גאנצע מעלה פון א יונגערמאן איז, אז ער איז אמאל געווען א בחור'... דער עולם האט שוין פארשטאנען אז ער וויל אז אלע זאלן זיין אינעם זעלבן חבורה.


עין טו"ב הוא יבורך.

רבי איציק'ל האט אמאל מסביר געווען, דאס וואס חז"ל זאגן אויפן לשון הפסוק אז די תפילין זאלן ליגן 'בין עיניך', אז פשט איז נישט אז ס'זאל ליגן ממש צווישן די אויגן, נאר העכער דעם אויפן קאפ צווישן די אויגן. האט ער געטייטשט, אז ווען די נסיון קומט שוין צו די 'אויגן' זעלבסט, איז עס שוין גאר א גרויסע נסיון וואס איז שווער בייצוקומען, און מ'דארף מאכן גדרים וסייגים אז די נסיון זאל נישט אנקומען צו די אויגן גופא, און דאס איז פשט פון דעם אז די תפילין זענען געלעגן אויבן ביים קאפ, ווייל 'אז ס'האלט שוין ביי די אויגן איז ביטער'...

ווען א בחור איז אמאל אריינגעקומען אינמיטן זומער צו רבי איציק'ל, ובקשתו בפיו: כ'בעט פון די רבי א סגולה קעגן 'נשים', האט ער אים געענטפערט: א סגולה? ס'איז דאך א בריאה פונעם אייבערשטן...! [שטארק ארויסגעברענגט משנתו הק', מ'זאל נישט רעדן אזוי שארף נאר פרעגן פשוט וויאזוי זיך צו פירן]. נאכדעם האט ער אים געזאגט: דארפסט זען, אז ווען מ'גייט אין גאס זאל מען זיין פארנומען, קלער א משנה אדער 'אשרי'... און ער האט צוגעלייגט: אבער אכטונג געבן ווען מ'גייט אריבער די גאס... [אלס ונשמרתם מאוד לנפשותיכם. כלומר, אז ער זאל זיך נישט פארטיפן אין זיין לימוד שטארק]. און דערנאך האט ער מוסיף געווען: נישט מיט די מויל... [דהיינו, ער זאל נאר טראכטן דערפון, נישט זאגן וואס דאן וועט ער אויסזען ווי א משוגע'נער]. אזוי אויסגערעכנט און מסודר איז ער געווען בכל מעשיו והילוכיו.

א צווייטער איז אמאל אריין פרעגן אן עצה פאר שמירת עיניים, האט ער אים געזאגט: ווען דו גייסט אין גאס, טראכט פון א 'משנה', און אויב נישט - דאן פון א 'חסיד'ישע מעשה', און אויב נישט - דאן פון א 'ניגון'...

אן אנדערעס מאל איז איינער אריין בעטן אן עצה פאר שמירת עינים. האט רבי איציק'ל שטארק געלאכט, און ער האט אים געזאגט: איך האב פאר דיר אן עצה, און מיט א שמייכל האט ער צוגעלייגט 'ס'איז בדוק ומנוסה'... דערנאך האט ער אים מגלה געווען וואס די עצה איז: 'קוק נישט'...! און ער האט זייער שטארק הנאה געהאט. ער האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין, אז צומאל זוכט מען סגולות מיט עצות, ווען בעצם בויט מען געביידעס אויף גארנישט. פשוט, קוק נישט!


אין נעקסטן קאפיטל: צדקתו ותמימותו של רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:47 pm

שש איך מיין דאס איז א עכטע אמשינאוו'ע ווארט, פרשת ויצא
בייגעלייגטע פיילס
אמשינאוו.PNG
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6681 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:57 pm

הערליך שיין, און א דאנק פארן ארויפלייגן.

למעשה, ווען מ'זעט די געדאנקען וואס אמשינאוו פארקויפט, איז אוממעגליך נישט אויסצוגיין פון התפעלות פון די פשטות, שכל הישר, און נארמאלקייט מיט וואס זיי גייען צו צו א זאך. אן קיין נערוון און שגיונות וואס אנדערע מקומות האבן.

און פון זייער פשטות, זענען ארויסגעקומען אידן בעלי מדריגה וואס מ'קען נאך היינט טרעפן אין אמשינאווע ביהמ"ד, וואס זיי פירן זיך - מיט א פשטות, מיט שכל הישר, און נארמאלקייט... און זיי זענען אויסגעארבעטע אידן משכמם ולמעלה!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:03 am

זיבן און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.



בריחת הרה"ק רבי שמעון שלום ורבי איציק'ל מ'אמשינאוו זצוק"ל פון פוילן, ביים וועלטס קריג.

אינטרעסאנט איז וואס רבי איציק'ל האט מעיד געווען אויפן פעטער רבי שמעון שלום, וויאזוי זיי האבן זיך געראטעוועט פון פוילן ביים קריג [שוין אביסל דערציילט אויבן]. דער מלחמה האט אויסגעבראכן אויף א פרייטאג, י"ז אלול תרצ"ט. פינף טעג שפעטער, מיטוואך כ"ב אלול, איז ארויס פונדערהיים צום ביהמ"ד אין אטוואצק וועלנדיג גיין לערנען, און היות ס'האט זיך שוין געקאכט די מצב האט ער מחליט געווען צו גיין פרעגן זיין פעטער - רבי שימעלע, וואס האט אויך געוואוינט אין אטוואצק, וואס צו טון. אנקומענדיג לעבן דעם פעטער'ס הויז, הערט ער אז ער האט יעצט פארלאזט זיין הויז, ווייל ער האט חושש געווען אז די דייטשן קומען שוין אט אט אן אין שטאט.

פלוצלינג זעט ער דעם פעטער פון דערווייטנס, און ער זעט ווי רבי שימעלע איז אינגאנצן צוקאכט. מיט אים זענען געווען נאך אסאך מענטשן וואס האבן זיך געוואלט מיטכאפן מיט אים, און אנטלויפן פון שטאט, זעענדיג ווי דער רבי זעלבסט זוכט צו אנטלויפן. רבי איציק'ל האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ער האט דאך גארנישט געזאגט פאר זיין רעביצין, און ער האט גארנישט מיטגענומען מיט זיך צו אנטלויפן. האט ער געפרעגט דעם פעטער וואס ער זאל טון, צו זאל ער גיין זיך איינפאקן אדער אפשר איז שוין צו שפעט און ער מוז אנטלויפן די רגע. זיין פעטער האט געענטפערט מיט א פעסטקייט: אז דו ביזט שוין דא, בלייב דא!

קיין איין גוי האט זיי נישט געוואלט ארויפלאזן אויף זיין פערד און וואגאן, ביז זיי האבן פשוט ארויפגעטאנצן אויף איין וואגאן וואס א גוי האט געפירט. דער גוי האט זיך גערעגט, און ארויסגעווארפן יעדן פון וואגאן, לאזנדיג נאר רבי שימעלע מיט זיין פלומעניק רבי איציק'ל אויפן וואגאן, אזוי אויך האט זיך מיטגעכאפט רבי מאיר'לס זון, ר' מנחם צבי. אין א רגע האט דער וואגאן אנגעהויבן צו גאלאפירן אין ריכטונג פונעם פוילישן הויפטשטאט ווארשע. זיי האבן ניטאמאל באוויזן זיך צו דערווייטערן קיין סאך פון אטוואצק, ווען זיי האבן שוין געהערט די קולות פון די דייטשע עראפלאנען באמבארדירן די שטאט! אזוי האט זיך ארויסגעוויזן אז רבי שימעלע איז אנטלאפן ממש אין די לעצטע רגע, און רבי איציק'ל וואלט זיך נישט געראטעוועט אויב ער וואלט אהיימגעגאנגען! אלע האבן פארשטאנען אז דאס איז געווען א נס ממש אין די לעצטע רגע.

רבי שימעלע האט כסדר זיך געראטעוועט פון שטעט אין די לעצטע רגע, אז ס'האט אויסגעזען ווי ער זעט קלאר ברוה"ק אדער אלס חכם עדיף מנביא, ווען מ'דארף אנטלויפן ווייטער. רבי איציק'ל זעלבסט האט זיך אויסגעדריקט דערוועגן: 'אונז זענען אנטלאפן מיטן פעטער ז"ל יענעם מיטוואך, ער האט גוט געהאט אויסגערעכנט די וועגן. אסאך מאל איז מען ארויס פון שטאט, און אזויווי מען איז ארויס האט מען געהערט די קולות אין שטאט, גאנצע אידישע שטעט זענען געגאנגען אויף קידוש ה', הנסתרות לה' אלקינו'...


נאך אנקעדאטן איבער רבי שמעון שלום אמשינאווער זצוק"ל.

הגה"צ רבי אברהם חיים שפיצער זצ"ל אבד"ק אור חיים, האט זיך געהאלטן פאר א הייסע חסיד פון רבי איציק'ל אמשינאווער [זיך שוין געדרייט ביי רבי שימעלע]. ביים הספד ביים 'שלשים' לפטירת רבי איציק'ל, האט ער בתוך הדברים דעציילט, אז ער האט געהערט ווי רבי שמעון שלום האט זיך אמאל אויסגעדריקט: 'כ'הער עפעס, אז ס'דא עפעס צוויי וועגן, א גוטע וועג, א שטרענגע וועג. איך ווייס נישט פון קיין צוויי דרכים, איך ווייס נאר פון א גוטן וועג'... און הרב שפיצער האט אויסגעפירט, אז דאס זעלביגע האט ער געזען ביים פלומעניק רבי איציק'ל. 'א שטיק האניג'.

אגב, האט ער דעמאלס דערציילט כעי"ז, וואס ער האט געהערט פון רבי איציק'לען אויף זיין טאטן רבי יאסעלע אמשינאווער, וואס כידוע האט ער געליטן אסאך אויפן הארץ, און ער איז למעשה אוועק פון דעם [ווי דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען]. האט רבי איציק'ל געזאגט אויפן פאטער, אז ס'איז נישט געווען שייך במציאות אז ער זאל זיין געזונט אויפן הארץ, וויבאלד ער איז געווען 'מורא'דיג א גוטער', און יעדע צרה וואס ער האט געהערט פון א צווייטן איד האט אים צוגעטרעטן צום הארץ...! [כעי"ז שמעתי, אז דער פני מנחם פון גור וואס איז כידוע אוועק פון א הארץ אטאקע אינמיטן נאכט (און געפראוועט אדמורו"ת קנאפע 4 יאר, כולן שוין לטובה), האט זיך אויסגעדריקט אפאר מאל פאר דעם, אז ער האלט שוין נישט אויס די צרות ישראל וואס ער הערט צאם אלס רבי, און ער ווייסט נישט וויאזוי רבי'ס קענען אנגיין מיט די רבי'סטעווע נאכן הערן אזויפיל צרות].

מיר האבן שוין געברענגט אויבן די הערצה פון די אמעריקאנע גדולי ישראל צו רבי שמעון שלום. עס איז באמערקנסווערד, וואס הגאון רבי אליהו יהושע געלדצעהלער זצ"ל האט דערציילט [ער האט זיך עמטליך געהאלטן אלס אמשינאווער חסיד], אז ער איז געווען א תלמיד פון הגה"צ רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש זצ"ל - וואס האט מקים עולה של תורה געווען אין אמעריקע דורכן אוועקשטעלן ישיבת 'תורה ודעת', און 'בית מדרש עליון', 'תורה ומסורה', און נאך. האט ער אמאל געהערט פון רבי שרגא פייוול, אז ער האט געזאגט אויף זיך אז אויב ער וואלט געדארפט היינט טרעפן א רבי אין וועם זיך מדבק צו זיין, וואלט ער בלי שום ספק זיך מדבק געווען אינעם אמשינאוון רבי'ן רבי שמעון שלום! דאס האט נאר פארשטארקערט די אנהענגערשאפט פון הרב געלדצעהלער אין רבי שימעלע.


אין נעקסטן קאפיטל: הוספות על צדקת דרכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 7:42 pm

אכט און פערציגסטע קאפיטל:
צדקת דרכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.



עין טובה.

רבי איציק'ל, גייענדיג בדרכי אבותיו, האט נאר געקענט זען גוטס ביי אידן, און ער האט טאקע כסדר 'געטראפן' עפעס גוטס ביי סיי וועמען. איינמאל אינמיטן זומער האט מען ארויפגערופן א מאדנע ארחי פרחי'ניק פאר אן עלייה לתורה, גלייך נאך דעם רבי'ן אליינס. דער רבי האט אים באטראכט א גאנצן צייט, און מ'האט געזען אז ער האט הנאה פון אים. גלייך נאך מוסף האט ער געזאגט: מ'ווייסט נישט מיט וועם משיח וועט זיך ארומכאפן...

א צווייט מאל איז געווען ווען ער איז צוריקגעקומען פון א לויה, און ווארטנדיג אויפן קאר איז ער אריין צו א שוסטער אין געשעפט [וואס איז מעגליך ניטאמאל געווען א שומר שבת]. אזויווי מ'איז אריינגעגאנגען, האט דער שוסטער געגעבן א קרעכץ זאגנדיג: אזוי גייט דאס, מ'לעבט נישט אויף אייביג. רבי איציק'ל האט גלייך אויפגעלעבט, זאגנדיג מיט התפעלות: 'א איד האט א הרהור תשובה'... אן אנדערעס מאל איז ער אריין אין א גראסערי, האט רבי איציק'ל דאן גערעדט מיט הערכה אויפן 'הנהנה מיגיעת כפיו'... אזוי האט ער כסדר געזען נאר גוטס.


רבי איציק'ל אמשינאווער שמועסנדיג מיט חסידים ומעריצים:
רבינו זיע 047174.jpg

ווי וואונדערבאר איז צוצושטעלן דאס וואס רבי איציק'ל האט אמאל מסביר געווען, פארוואס הושענא רבה נעמט מען די 'ערבות' אליינס פאר עבודת היום [הושענות]. וואס ווי באקאנט איז דא א שארף ווארט דערוועגן, אז דער ערבה איז מרמז קעגן דעם רשע, און ווילאנג ער איז אנגעקניפט מיט גוטע אידן, שאקלט מען לולב מיט אים, אבער אז ער דרייט זיך ארויס דערפון, כאפט מען אן אלע רשעים און מ'שלאגט מיט זיי הושענות... אבער אין אמשינאוו האט מען געטייטשט פונקט פארקערט: אודאי איז די ערבה 'אין בה טעם ואין בה ריח', אבער קוק נאר וואס עס געשעט דורכדעם וואס זי דרייט זיך מיט גוטע אידן, זי ווערט זעלבסט אזוי דערהויבן אז מ'קען שוין טון א ספעציעלע עבודה נאר מיט איר! דא ליגט די טיפקייט פון אן אמשינאווער געדאנק.


צדיק מה פעל.

רבי שלמה קופיץ זצ"ל האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געקומען אינדערפרי פארן דאווענען צום רבי'ן אינדערהיים, אים משמש צו זיין און געבן צו עסן [צוליב זיין שוואכקייט]. האט דער רבי אים געפרעגט: שלמה, האסט עפעס געגעסן? אויף וואס ר' שלמה האט אים געזאגט אז ניין. האט אים רבי איציק'ל געבעטן צו עסן. אבער ר' שלמה האט אים געזאגט אז ער האט נאכנישט געדאוונט. האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אפילו הכי זאל ער עסן, ווייל ס'איז אים זייער שווער אז דער וואס געבט אים צו עסן זאל זעלבסט נאכנישט האבן געגעסן, און דערפאר בעט ער פון אים ער זאל אויך עסן... ר' שלמה האט טאקע געגעסן עפעס א קלייניגקייט צוליב דעם רבי'נס בקשה. האט רבי שלמה אויסגעפירט, אז דעמאלס האט ער פארשטאנען א נייע דערהער אין 'ביקור חולים', נעמליך אז צומאל דארף דער מבקר עסן פארן דאווענען אויך, כדי גרינגער צו מאכן פארן חולה...

רבי איציק'ל האט געליטן אויפן הארץ, אבער ווען מ'האט פרובירט צו מטפל זיין דערמיט, האט ער זיך שארף אנטקעגן געשטעלט און ער האט נישט געלאזט מ'זאל אים צורירן דערוועגן. אזוי אויך פלעגט ער ליידן חולי מעיים [שוין דערמאנט אויבן. דאס איז געווען אדאנק זיין נישט עסן נארמאל אין יאפאן, צוליב מערערע חומרות אין כשרות וכדומה], און איינמאל האט זיך דער מצב פארערגערט אז ער האט נישט געקענט ארויסגיין צוליב דעם, אבער מ'האט מורא געהאט אז ער וועט זיך אנטקעגנשטעלן זיך אפצוגעבן מיט אים, אזויווי ביים הארץ. האט מען געבעטן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, וואס איז געווען זיין משמש ואיש סודו, אז ער זאל אים צורעדן דערצו. אזויווי רבי שלמה האט אנגעהויבן רעדן דערוועגן, האט ער גלייך מסכים געווען. ווען רבי שלמה האט דאס געזען, האט ער זיך הויך געוואונדערט פארוואס דא האט ער גלייך מסכים געווען - אנדערש ווי ביים הארץ. האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: "וואס פארשטייסטו נישט? דער גאנצער שליחות פון א מענטש אויף דער וועלט איז 'להוציא הפסולת מתוך האוכל', אבער אויף די הארץ - וואס פארשטייט א גוי צו א אידישער הארץ?"...

א הפלא'דיגע מעשה האט רבי שלמה דערציילט איבער רבי איציק'ל, אז אחרון של פסח תשנ"ב איז אויסגעפאלן אויף א שבת [עס איז געווען דער לעצטער 'אחרון של פסח' בחיי רבי איציק'ל]. רבי איציק'ל האט געפירט טיש לרגל דעם יארצייט פונעם מייסד השושלת - רבי איציק'ל וואורקער. אינמיטן בענטשן האט ער געזאגט 'שלא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד', און אנשטאט ממשיך זיין גלייך 'רצה', האט ער אנגעהויבן 'אלקינו' פון 'יעלה ויבוא' [לכאורה זייענדיג צוגעוואוינט פון אלע טעג פסח]. ער האט זיך גלייך געכאפט אז מ'דארף זאגן רצה, אבער פון די אנדערע זייט האט ער דאך שוין געזאגט א שם, 'אלקינו'. האט ער זיך אפגעשטעלט און געווינקן מ'זאל אים ברענגען א רב צו פסק'ענען וואס צו טון. דער רב האט גע'פסק'נט אז ער דארף צוריק אנהייבן 'רצה' און נאכדעם ממשיך זיין 'אלקינו וכו' יעלה ויבוא'. אבער דער רבי איז געווען מורא'דיג בצער אז ער זאל האבן געזאגט דעם שם 'אלקים' אומזיסט, און ער האט מרמז געווען אז מ'זאל בעטן דעם רב אז ער זאל אים 'לאזן' ממשיך זיין ווייטער מיט יעלה ויבוא, וויבאלד ס'דא פוסקים וואס האלטן אז מ'מעג ווייטער ממשיך זיין [כידוע איז דאס געווען א רבי'שע ענין, אז דאס וואס זיי ווילן זאל זיין אויסגע'פסק'נט בכח הפסק, כאטש זיי האבן זעלבסט געקענט די הלכות מכל הצדדים]. אבער דער רב איז געבליבן ביי זיינס, און רבי איציק'ל האט אנגעהויבן 'רצה'.

צומארגנס איז רבי שלמה אנגעקומען גאר פרי אין ביהמ"ד און קיינער איז נאכנישט דארטן געווען, און מ'איז געקומען אים רופן צום רבי'נס שטוב. ארויפקומענדיג צום רבי'ן, האט ער אים געפרעגט: שלמה, האסט שוין געזאגט ברכות התורה?', האט ער אים געענטפערט אז ניין, אויף וואס רבי איציק'ל האט אים געזאגט אז ער זאל אים מוציא זיין [מיט דעם האט רבי שלמה פארשטאנען אז דער רבי איז גארנישט געשלאפן יענע נאכט]. ר' שלמה איז געווען איבערראשט און האט געפרעגט רבי איציק'לען: וואס? דער רבי איז גארנישט געשלאפן א גאנצע נאכט? האט אים רבי איציק'ל געזאגט: האסט נישט געהערט וואס איז מיר געשען? האט ר' שלמה געזאגט אז ניין, האט דער רבי אים געזאגט: איך האב נעכטן נאכט ארויסגעזאגט א שם לבטלה, קען מען זיך עפעס אזוי לייגן שלאפן נאכדעם?!!! הפלא ופלא.


אין נעקסטן קאפיטל: אינטרעסאנטער שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל [שוין געברענגט אויבן, צווישן די גדולי חסידי רבי איציק'ל אמשינאווער], און כ"ק אדמו"ר רבי דוד'ל ראכמעסטריווקער שליט"א - פון ארץ ישראל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:23 am

ניין און פערציגסטע קאפיטל:
א שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל
און להבחל"ח האדמו"ר מראכמיסטריווקא-ארה"ק שליט"א.



הקדמה.

מיר האבן שוין פריער געברענגט עטליכע מאל, אביסל פון די ביאגראפיע פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, און אזוי אויך פארשידענע אמשינאווע מעשיות וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטן. א קנאפע צוויי וואכן פאר זיין פטירה [פונעם ביטערן מחלה ל"ע], איז רבי דוד'ל ראכמיסטריווקער פון ארץ ישראל, אים געקומען באזוכן, און זיי האבן געכאפט א שיינע שמועס.

אסאך גאר אינטרעסאנטע עובדות אויף אמשינאוו בפרט און 'פוילישע חדר' בכלל, האט רבי שלמה דארטן דערציילט. געוויסע מעשיות זענען באזונדער טשיקאוו, און זענען ווערט צו באשריבן ווערן להנאת הרבים. באזונדער איז די שמועס געפארן איבערן 'פארשלעפטקייט' פון אמשינאוו, אין וואס ראכמיסטריווקא רבי פון ירושלים צייכנט זיך אויך אויס...

איך האב אויסגעלאזט חלקים פונעם שמועס וואס באציען זיך נישט דירעקט אויף אמשינאוו והמסתעף, אדער אנטהאלטן נישט קיין אינפארמאציע. און אזוי אויך האב איך אויסגעקלארט די שמועס, אזוי ארום וועט זיך עס ליינען גאר געשמאק און געבן א שיינע בילד איבערן פוילישער דרך והנהגות ואורחות החיים.

די שמועס איז פארגעקומען מאנטאג פרשת ויחי, י"א טבת תשע"ג. [רבי שלמה איז אוועק כ"ז טבת, תנצב"ה].



איבער הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אויף רבי שמעו'לע דערציילט מען, אז ער האט געראטעוועט די אידן אין שאנכיי.
רבי שלמה קופיץ: ער האט יענע תקופה געשריבן קונטרסים אויף דויטש פאר די אידן וואס האבן געוואוינט דארט [-אויף עניני הדת שצריכים חיזוק].

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: ער האט געהאט וויסנשאפט אין 'שפראכן'?!
רבי שלמה קופיץ: ער האט עס נישט אליינס געשריבן, נאר ער האט געהאט מענטשן 'שרייבערס' וואס האבן געשריבן וואס ער האט געהייסן. עס זענען געווען אין שאנכיי פרייע אידן פון דייטשלאנד, און ער האט זיי געוואלט ראטעווען [-ווי אויבנדערמאנט, אז אסאך פרייע אידן פון דייטשלאנד זענען אנגעקומען אהין נאך בעפארן קריג].

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי איציק'ל אמשינאווער איז אויך דארט געווען צוזאמען מיט רבי שמעו'לע?
רבי שלמה קופיץ: אודאי, ער האט אים מיטגענומען ווען ער איז אנטלאפן קיין שאנכיי.

רבי שלמה קופיץ: איך וועל דערציילן אן אינטרעסאנטער מעשה. עס איז געווען א בחור א תלמיד פון 'ישיבת חכמי לובלין', וואס איז אנגעקומען קיין שאנכיי בשעת'ן מלחמה, און ער האט דארט געטראפן זיין שוועסטער וואס איז שוין געווען פארהייראט, אבער זי איז געווען זייער מאדערן אזש די משפחה אירע איז שוין געזעצן אויף איר 'שבעה' ל"ע, און זי האט געוואוינט אין דייטשלאנד בעפארן קריג און איז אנגעקומען צוזאמען מיט די דייטשע פליטים קיין שאנכיי. עכ"פ ווען דער בחור'ל האט געטראפן זיין שוועסטער, האט זי אים איינגעלאדנט צו קומען איינשטיין ביי איר אין שטוב, אבער ער האט נישט געוואלט איינשטיין דארט צוליב איר התנהגות [אין כשרות, שבת, וכו'], איז ער געקומען צו רבי שימעלע'ן בעטען אן עצה. האט רבי שימעלע אים געזאגט אז ער זאל יא איינשטיין ביי איר, אויף וואס דער בחור האט גע'טענה'ט אז אפילו אויף א 'טרינק וואסער' קען ער זיך נישט פארלאזן אויף איר. האט רבי שימעלע אים געזאגט אז ער זאל זיך בויען א קעסטל מיט א שלאס, און דארט זאל ער האבן 'טיי' גרייט צו קענען טרינקען [אין אמשינאוו האט מען נישט געדארפט מער פון טיי...], און אזוי האט דער בחור געטון.

נאך א וואך, איז ער נאכאמאל געקומען צו רבי שימעלע'ן און געזאגט, אז ער קען נישט מער פארבלייבן דארט ווייל זיין שוועסטער האט שוין א טאכטער פון עלף יאר אלט, און זי רעדט כסדר צו אים. האט אים רבי שימעלע געזאגט, איך בעט דיך אז דו זאלסט רעדן מיט איר. און ער האט צוגעלייגט: אונז טייטשן, 'שמאל דוחה וימין מקרבת', אז פשט איז אז אלע 'דחיות' זענען פון צד 'שמאל', און אלע 'קירבות' זענען פון צד 'ימין'... [-אגב, דאס שטימט ממש הפלא ופלא מיטן אויבנדערמאנטן סיפור, וואס הג"ר אברהם חיים שפיצער האט נאכדערציילט, אז ער האט געהערט ווי רבי שימעלע האט זיך אמאל אויסגעדריקט: 'כ'הער עפעס, אז ס'דא עפעס צוויי וועגן, א גוטע וועג, א שטרענגע וועג. איך ווייס נישט פון קיין צוויי דרכים, איך ווייס נאר פון א גוטן וועג'...]. דער בחור האט טאקע אזוי געטון, און למעשה האט טאקע די טאכטער אויפגעשטעלט א שטוב מיט נאר פרומע קינדער!

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי יעקב יוסף הערמאן [-דער באקאנטער גדול, שנקרא בשם 'דער חפץ חיים פון אמעריקע'. זיין טאכטער האט ארויסגעגעבן אויף אים די וועלט בארימטע בוך All for the Boss האט מיר דערציילט ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל, אז זיין זון האט געלערנט בשעת'ן קריג אין שאנכיי, און דער משגיח דארטן איז געווען הגה"צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצוק"ל, און ער האט געהאט א מורא'דיגע יראת הכבוד פאר רבי שימעלע'ן, און ער האט אים זייער מכבד געווען. און די בחורים דארטן האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וויבאלד רבי יחזקאל איז געווען א ליטווישע איד'ל, און רבי שימעלע פלעגט דאווענען שפעט, איז פארוואס איז ער זיך נוהג צו אים מיט אזא יראת הכבוד. זענען זיי געגאנגען פרעגן רבי יחזקאל דערוועגן, און ער האט זיי געענטפערט: ער דאוונט דאך, איר דאוונט נישט...


איבער'ן 'פארשלעפטקייט' אין אמשינאוו.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אין פוילן האט מען געדאוונט שפעט, און אסאך צדיקים פלעגן דאווענען שפעט.
רבי שלמה קופיץ: אין אמשינאוו איז געווען שרעקליך... אין אמשינאוו, אטוואצק, וואורקע, האט מען געדאוונט גאר שפעט. איך האב אמאל געזען א בריוו אז איינער האט געשריבן 'כשהגיע לילה התחיל הרבי שחרית' [מעגליך אז 'כשהגיע' מיינט צו זאגן 'סמוך ללילה']. דער אטוואצקער [-רבי בונם'ל, בנו בכורו פון רבי מענדעלע וואורקער - יונגערע ברודער פונעם ערשטן אמשינאוון רבי'ן רבי יעקב דוד'ל] פלעגט שלעפן... און אמשינאוו איז געווען רבי מאיר'ל פרשיסכער, דער איידעם פון רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער, וואס פלעגט גאר שטארק שפעטיגן...

רבי יאסעלע אמשינאווער האט אמאל מקבל געווען אויף זיך צו דאווענען פרי, און עס האט אנגעהאלטן פאר זעכצן טעג, נישט מער... ער האט נישט געקענט טרעפן קיין מנין אפילו אויף שבת, ווייל די אמשינאווע חסידים זענען נאכנישט געווען גרייט צום דאווענען... אבער דערנאך האט ער איבערגעדרייט און ער האט געבעטן פון זיינע קינדער אז זיי זאלן לכה"פ אנהייבן צו דאווענען פאר חצות.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי איציק'ל אמשינאווער האט זיך אויך אזוי געפירט?
רבי שלמה קופיץ: 'ער האט פרובירט יעדן טאג' אנצוהייבן פאר חצות, און ער פלעגט זאגן: 'כיבוד אב', 'כיבוד אב', ווייל ער האט געהאט א מצות עשה דאורייתא אנצוהייבן פרי, און ער פלעגט נעמען די טלית אויפן אקסל און ער האט זיך ארומגעדרייט אהין און צוריק, און נאכדעם האט ער אויסגעטון די טלית און געגאנגען הכנות... 'אמאל אמאל איז אים געלונגען צו דאווענען פרי'...

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: ווען פלעגט ער דאווענען אום שבת?
רבי שלמה קופיץ: בנוגע שבת האט ער געהאט א ספעציעלע הוראה פון זיין פעטער רבי שימעלע, אז ער זאל דאווענען מיטן ציבור, און ער האט אים געזאגט אז כדי אנצוהאלטן די ביהמ"ד מוז ער דאווענען מיטן עולם, און דערפאר פלעגט ער טאקע דאווענען מיטן עולם. אבער ס'איז אים געווען זייער שווער, און ס'האט אים געקאסט כוחות הנפש. די וואס האבן אים גוט געקענט, האבן געזען ווי שווער ס'איז אויף אים. און אין די שבתים וואס ער איז נישט געווען בקו הבריאות, 'איז ממש געפארן די דאווענען' שבת [ווען ער פלעגט דאווענען בציבור], נאכמער פון אינמיטן וואך.


אין נעקסטן קאפיטל: המשך פונעם אינטרעסאנטן שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל , און כ"ק אדמו"ר רבי דוד'ל ראכמיסטריווקער שליט"א - פון ארץ ישראל.


==========
מזל טוב! מיין הונדערט-און-פופציג'סטע [!] תגובה אין דעם אמשינאוון אשכול.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:42 am

ליין איך יעצט אין מאמענט אז כאטש וואס הרב ראזנבלום ר''י שערי יושר איז א ליטווישער, איז ער געווען א חסיד פון רבי שמעונלע מאמשינאוו, שש, דו האסט געוואוסט דערפון?
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט