עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך מיר'ער בחור » מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:46 am

שש משזר האט געשריבן:לעצטענס איז אוועק איינער פון די חשוב'ע אמשינאווע חסידים, הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, ראה"כ באסטאן פלעטבוש, וואס איז געווען אן אויסערגעווענליכער חריף, בקי בתורה ובחסידות, א ריכטיגער אמשינאווער פרייליכער איד, און צוגעלאזן צו א יעדן איינעם. ער האט מיטגעמאכט אן א שיעור אין זיין פריוואטן לעבן, אבער ער איז געבליבן אן אמשינאווער טיפוס. זיינע גאונ'ישע שיעורים אין טיפע פילאזאפישע שיעורים געמישט מיט טיפע חסידות, איז א שם דבר ביי יעדער וואס האט דאס נאר אמאל געהערט [ס'געבליבן סי.די.'ס דערפון]. זיין טאטע איז אויך א באוואוסטער חשוב'ער איד, הגה"ח רבי פסח קופיץ שליט"א, מזקני חסידי אמשינאוו ומלפנים ר"מ בישיבת באבוב, וואס מ'קען טרעפן יעדן טאג אין ביהמ"ד אמונת ישראל, זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד, שוין צענדליגע יארן אין א ציה. ער איז היינט דער זקן החבורה פונעם אמשינאוון קרעמל.

ברוך דיין האמת ר' פסח קופיץ ע"ה
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 4:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג פעברואר 12, 2017 10:20 pm

יא, ברוך דיין האמת.

דער זקן חסידי אמשינאוו, דער חוזר פון די תורות פון הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זי"ע, דער מחנך פאר יארן אין באבוב, דער מוסטער פון א מתמיד טעגליך אין אמונת ישראל, דער ערנסטער אבער שמייכלדיגער אמשינאווער טיפוס, הגה"ח רבי פסח קופיץ זצ"ל איז אוועק פאריגע וואך.


דא האט איר א בילד, ווי רבי פסח שטייט אונטער רבי איציק'ל אמשינאווער, און ווישט זיך די שווייס פון שטערן ביים איבערזאגן די תורה פונעם רבי'ן [דער מיטן בלאנדן בארד נעבן אים, וואס מאכט הוויות מיט די הענט, זעט מיר אויס צו זיין זיין זון הגה"ח רבי חיים דוב קופיץ שליט"א. דערנעבן שטייט - מיט א היבש פארדעקטן פנים און הענט אויפן מויל, הגה"ח רבי מאיר מאנדלבוים שליט"א. זיי ביידע זענען כהיום פאררעכנט צו זיין די חשוב'סטע און דערהויבנסטע צוויי אמשינאווע חסידים (און זענען דערמאנט דא ביים סוף)].

די זיצנדע פון ר. צו ל. הרה"ג רבי ישראל ארנסטר שליט"א בן רבי משה ארנסטר זצ"ל (חתן האמרי חיים מוויזניץ) - חדב"ן רבי איציק'ל אמשינאווער, הגאון האדיר גאב"ד דעברעצין זצ"ל, הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל, הגאון המופלא רבי יעקב ישראל פיעקארסקי ר"י תומכי תמימים זצ"ל, הגאון הגדול רבי אברהם חיים שפיצער אבד"ק אור חיים זצ"ל.
בייגעלייגטע פיילס
הגה''ח ר' פסח קופיץ מאחורי הכסא של הרבי.jpg
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג פעברואר 12, 2017 10:25 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
הגה''ח ר' פסח קופיץ מאחורי הכסא של הרבי.jpg
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג פעברואר 12, 2017 10:41 pm

אין דער צייטונג, אפטיילונג 'אידישער צייט', געפונט זיך א גאר טשיקאווער רובריק אונטערן נאמען "בימים ההם".

דער שרייבער איז קענטליך עפעס א געמויזשעכץ פון חסיד, ליטוואק, ישיבישער, פוילישער, סארט איד. זיין שפראך איז אינטרעסאנט, זיינע ערציילונגען זענען נישט די טיפיקל, און פון צייט צו צייט דערציילט ער איבער אמשינאוו. עפעס קען ער פון דארט.

קיין נאמען טראגט ער נישט דארט, אבער עכ"פ ער איז די מקור פאר די פאלגענדע ערציילונגען אויף רבי שימעלע אמשינאווער זצ"ל, וואס ער האט געשריבן פ' ויגש העעל"ט. די מעשיות זענען טיפישע אמשינאווע מעשיות, אדורכגעפלאכטן מיט אהבת ה' און אהבת ישראל.


אלו דבריו ככתבו וכלשונו:

1) ס'האט מיר דערציילט איינער וואס זיין פאטער איז געווען אין די קריגס יארן מיטן אמשינאווער רבי די גאנצע צייט, פון ווילנא ביז יאפאן, שאנכיי, און ביז קיין אמעריקע. ווען דער רבי האט פארלאזט די שטאט אטוואצק אין פוילן אנפאנג קריג אויפן וועג קיין ווילנא, האט ער מער ווי טלית און תפילין נישט גענומען קיין שום זאך, חוץ א בייטל מיט געלט.

אנטלויפנדיג איז דאס געלט פארלוירן געווארן, האט דער רבי זיך געפרייט, זאגנדיג איצט ווייסט ער אז ער וועט איבערלעבן, היות אז אן עני - אן ארימאן - איז חשוב נישט ווי איינער וואס לעבט, איז בגדר פרע בממונו, און ווייטער וועט שוין זיין הטוב הנארה והנגלה, וכך הוי.


2) זייענדיג אין יאפאן איז געווען חלוקי דעות לגבי ווען צו האלטן שבת. דער טאג וואס די באפעלקערונג האט אנגענומען אלס שבת, האט גאר ע"פ הלכה געקענט זיין אן אנדערער טאג. דער רבי האט גע'פועל'ט ביי אלע קרייזן, סיי די בני ישיבה פון מיר און סיי ביי די אנדערע, מ'זאל זיך מונע זיין ביידע טעג פון טוען א מלאכה דאורייתא.

איינער וואס איז דארטן געווען האט דערציילט, אז קידוש פון ביינאכט האט דער רבי געמאכט סוף פון ערשטן טאג, און אזוי וועט ער יוצא זיין אלע שיטות. דהיינו אויב דער טאג איז שבת, קען מען מאכן קידוש בדיעבד א גאנצן טאג, און אויב דער קומענדיגער טאג איז שבת, מאכט ער קידוש אין זמן פון תוספת שבת פון יענעם טאג...


3) אלס קינד האבן מיר געוואוינט קעגנאיבער די שטוב פונעם רבי, און די הייליגע שטוב האט געלאזט א הייליגן רושם אויף דעם הייפעלע אידן וואס האבן געהאט דעם זכות דארט צו זיין. ס'איז געווען א מנין ביים רבי'ן פון א חלק הניכר אשכנז'ישע אידן, וואס האבן געוואלט דאווענען גאר פרי יעדן שבת, און דער רבי האט באוויליגט און מיטגעדאוונט מיט זיי, און די עטליכע חסיד'ישע אידן האבן אויך געדאוונט מיט דעם מנין. נאר מעריב ליל שבת האט דער רבי געווארט מיט עטליכע אידן, און געדאוונט שפעטער מיט א באזונדערן מנין.


4) דער טאטע האט אמאל צוגערעדט זיינעם א באקאנטן - אן אמעריקאנער געבוירענער וואס איז געפארן לערנען פארן קריג קיין קראקא - אז ער זאל קומען צום רבי'ן. דער רבי האט קידוש געמאכט שבת בייטאג אין זיין שטוב, נישט אין בית המדרש. וכן איז דער בית המדרש געווען אויבן אויפן זעלבן שטאק וואו דער רבי האט געהאט די דירה.

ווען דער רבי האט באמערקט דעם יונגערמאן, גיט ער אים שיריים מיט א לעפל, מעשה "יעקע"...

דער איד איז געבליבן דאווענען ביים רבי'ן, און ער מיט זיינע קינדער האבן זיך געפירט ווי חסיד'ישע אידן עד היום הזה, לשם ולתפארת. ביים רבי'ן איז געווען ניכרים דברי אמת, כסדר אינזינען האבן א צווייטן.


-----------
ביז דא איז דער אויסצוג פון זיינע אינטרעסאנטע ערציילונגען.
זי"ע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 12:36 pm

שש משזר האט געשריבן:אין דער צייטונג, אפטיילונג 'אידישער צייט', געפונט זיך א גאר טשיקאווער רובריק אונטערן נאמען "בימים ההם".
דער שרייבער איז קענטליך עפעס א געמויזשעכץ פון חסיד, ליטוואק, ישיבישער, פוילישער, סארט איד. זיין שפראך איז אינטרעסאנט, זיינע ערציילונגען זענען נישט די טיפיקל, און פון צייט צו צייט דערציילט ער איבער אמשינאוו. עפעס קען ער פון דארט.
קיין נאמען טראגט ער נישט דארט, אבער עכ"פ ער איז די מקור פאר די פאלגענדע ערציילונגען אויף רבי שימעלע אמשינאווער זצ"ל, וואס ער האט געשריבן פ' ויגש העעל"ט. די מעשיות זענען טיפישע אמשינאווע מעשיות, אדורכגעפלאכטן מיט אהבת ה' און אהבת ישראל.

איך האב אויך ערהאלטן א טוץ מעשיות פון דעם אינטערעסאנטער רובריק, פ' עקב תשע"ח, וואו ער דערציילט איבער די אמשינובע רביים. כ'וועל עס דא ציצייכנען למען יעמדו למשמרת.


1. ר' שימלע אמשינאבער האט זיך אלץ געפירט על פי שו"ע, אזוי ווייט אז אפילו א פענסטער האט מען נישט געעפנט אויף שבת אין ווינטער, נאר דורך א קטן, מחמת חשש אז דער קאלטער ווינט וועט בלאזן אויפן טערמאסטעט און ס'וועט זיך אנצינדן.

2. ס'איז באקאנט דער עסקן ר' הערשל בראנשטיין וואס האט געטון פאר רוסישע אידן במס"נ, ער איז געווען א נאווארדיקער תלמיד און אמשינאבע חסיד. ר' שימעלע האט אמאל געהאט אן אור אייניקל, און האט דערציילט פאר ר' הערשל אז ער האט געהאט א אור אייניקל און ס'דא א מזל טוב, אבער א שאד אז די ברית וועט זיין אין צייט. ווען ר' הערשל האט געפרעגט וואס די שאד איז, אדרבה! האט דער רבי געענטפערט אז אויב ס'וואלט געווען אפגעלייגט וואלסטו געהאט צייט זיך צו לאזן וואקסן א בארד...! דורך די צחות האט ער משפיע געווען בסבר פנים יפות.

3. אן אלטע בחור איז געווען אין שול ביי של"ס, און דער רבי האט געהערט ווי ער זאגט אז ער וויל דאווענען פרי כדי צו קענען דאווענען אין אן אשכנזישע ביהכ"נ מוצאי שבת, ווייל דורכן וואך האט ער געהאט יארצייט און דער גבאי וועט אים אוודאי נישט לאזן דאווענען פארן עמוד אלס בחור, ווי מ'האט זיך געפירט אין געוויסע מקומות. האט זיך ר' שימעלע אנגעריפן צום בחור: ווען יעקב אבינו האט מתקן געווען תפילת ערבית איז ער אויך געווען א בחור!

4. זיין טאטע האט אמאל גענומען ר' שימעלע קיין וויליאמסבורג צו א ברית. אינמיטן וועג האט זיין טאטע מאיזה טעם גענומען א צווייטע טעקסי פארן רבין, און ער האט געצאלט פאר דעם. ווען שפעטער אויף פורים איז ער ווידער געווען ביים רבין, האט דער רבי געדענק און האט אים געוואלט צוריקצאלן דעם סכום.

5. וויבאלד מ'האט געהאלטן אין די ראשית יארן אין אמעריקע ווען מענשטן האבן זיך נאך געמושטעט מיט פרנסה, האט דער רבי נישט געלאזט מאכן ביים עולה זיין לתורה קיין מי שברך בעבור שנדר, זאגנדיג ווער ווייסט צי דער יוד קען זיך ערלויבן צו געבן געלט ווען די פרנסות זענען אזוי בצמצום.

6. זיין זון ר' מאיר'ל, האט געעפנט א ישיבה אין ארץ ישראל און מ'האט געזוכט צאמצושטעלן געלט פארן ישיבה, האט איינער זיך אנגערופן אז ס'איז כדאי צו מאכן אזא סארט פרנס יומי, נעמען פון 350 נדבנים אז יעדער זאל געבן א געוויסע סכום געלט פאר די טאג וואס ער איז מפרנס. האט זיך ר' מאיר'ל אנגערופן: די שנת הלבנה ווי אידן פירן זיך, איז נישט מער ווי 354 טעג!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 265
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 2:13 am
האט שוין געלייקט: 789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט