בלאט 1 פון 1

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 7:58 pm
דורך אדנירם
הקדמה.


אמשינוב! א מושג פון קאנטראסטן, א דערהער פון אלטער היים, א מאדנע חסידות וואס איר שפיץ לייגט נאר צו תבלינים צום סודות'פילן טשיקאוון חסידות.

א פלאץ ווי חסידים ווערן שיכור ווי לוט ווען די רבי מאכט חתונה, א פלאץ ווי יונגעלייט בני עליה דרייען זיך ווי מלאכי מעלה, אבער אויך א פלאץ ווי דער שיכור מיטן בן עליה וועלן טאנצן מיט איין דביקות אנגעכאפט אין א ראד.

א רבי וואס פאדערט פון זיינע חסידים נאנסטאפ, אבער גלייכצייטיג א רבי וואס לייגט גארנישט קיין לחץ אויף זיינע חסידים. און שיעור נישט פארגעסן – א רבי וואס האלט זיך נישט פאר קיין רבי פאר זיינע חסידים.

א חסידות וואס דער היינטיגער רבי האט מער ווייניגער אויפגעבויט מיט זיינע צוויי הענט, און האט היינט ר"ה יו"כ ארום 500-600 אידן מיט זיך, אבער א רבי וואס זיצט קיינמאל נישט אויפן אויבנאן.

א רבי וואס איז א האלבער ציוני [כלפי די אנדערע רבי'ס], אבער האט גענוצט דעם קיצוני'דיגן קנאי משה הירש פאר א געוויסע צוועק. א רבי וואס קאכט אוועק מיט א רויט צופלאמטן פנים, ווען דער עולם זינגט מיט א ברען שלמה קארליבאך'ס ניגונים.

א חסידות וואס אירע חסידים באשטייען פון פלאכע ביבער הוטן/הויכע ביבער הוטן/קראך הוטן/גערע הוטן/אראפגעבויגענע היטלעך/און כיפות סרוגות, און פון ספאדיקעס מיט שטריימלעך, בעקישעס און ירושלימע קאפטענעס. א ציציאונגס קראפט פאר אלע שיכטן און קרייזן.

א רבי וואס פראוועט שבת ביז דינסטאג, און לאזט אויס אפאר טעג פונעם קאלענדער א יעדן וואך. א רבי וואס רוהט נישט קיין מינוט און יעדע רגע איז פיל, ווען אין די זעלבע צייט איז ער די רואיגסטע מענטש אין אמשינוב.

א חסידות וואס האט צוגעצויגן אומצאליגע ראשי ישיבות ואדמורי"ם וואס רעדן זיך אדורך מיטן רבי'ן, און זענען זיך מתכופף לדמותו הבהיר, אבער דער חסידות און כ"ש דער רבי, האט קיינמאל נישט נהנה געווען פון די אומצאליגע גבירים וואס ווארטן נאר אויפן טאג וואס דער רבי וועט מסכים זיין צו נעמען א פרוטה פון זיי.

א קליינטשיג דארטשיג אידעלע וואס פירט אן א סדר היום מיט אומנאטירליכע כוחות, צענדליגע יארן נאכאנאנד, און ווערט קיינמאל נישט מיד, און שלאפט צוויי שעה א נאכט נישט מער פון א שינת הסוס, און עסט קרוב צו נול. מהיכן ירק זה חי?

א חסידות וואס ציהט איר גלאררייכע היסטאריע קרוב צו צוויי הונדערט יאר, און איז אלס געווען באוואוסט מיט איר אהבת ישראל, מיט איר שמחת החיים, און... מיט איר פארשלעפטקייט.


לאמיר גיין אויפן באן וואס פירט קיין אמשינוב, מיר וועלן אפשטעלן פאר א קורצע וויילע ביי פריערדיגע סטאפס, און דערנאך וועלן מיר צוקומען צו אונזער דעסטינאציע: אמשינוב כהיום תחת נשיאותו פון איינער פון די מערסט אינטרעסאנטע רבי'ס אין די היסטאריע.