דורך חקרן » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 am
ווי געשמועסט אינעם פריעדיגן פרק, האט דער לעווער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, הרבנית מרת שיינדל, אלט זייענדיג בלויז פערצן יאר. שיינדל ווערט באצייכנט אין עטליכע מקורות, אלס אשה יפת תואר ויפת מראה, אפילו די משכילים וואס האבן איר פיינט געהאט שנאת מות, צוליב איר ראלע אין די נפילה פונעם לעווער, לויבן אויס איר שיינקייט, אויף אזוי ווייט אז א משכיל מיטן נאמען משה אורנשטיין שרייבט, אז ער האט איר געזען אין טשערנאביץ, און זעענדיג איר שיינקייט האט ער געקרעכצט זאגנדיג "וי ליה להאי שופרה דבלי בארעא". אויך שיינדל איז אויסגעוואקסן אין א רבי'שער הויף, אין דער טשערנאבילער הויף, וואס האט זיך אויך געפירט מיט א מלכות, כאטש נישט ווי רוזשין, אבער זי איז אויך אויפגעוואקסן אויף א גאלדענעם טאץ.
די ערשטע יארן פון זייער צוזאמענלעבן, איז די שלום בית אין שטוב געווען אויסערגעווענליך. ווי געשמועסט איז דער לעווער געווען בלויז פערצן יאר אלט ביי די חתונה, און זי איז מסתמא נישט געווען צופיל עלטער, טראצדעם וואס עס איז נישט באקאנט פונקטליך איר עלטער ביי איר חתונה. עס ווערט דערציילט אז דאס פאר פאלק האבן זיך זייער ליב געהאט, זיי פלעגן פארברענגען אינאיינעם אין די נעכט אויף די טאראסע פון זייער שטוב און בייטאג פלעגן זיי אינאיינעם ארויספארן אין וואלד שפאצירן, זיי זענען געזעצן אינאיינעם אין קאטש, איינגעשפאנט צו צוויי פערד, נוסח רוזשין. חסידים פלעגן שמועסן אז דער זיווג איז ביכולות צו ברענגען משיח'ן, וויבאלד דאס איז א שידוך צווישן בית דוד און בית שאול. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אין אנדערע הויפן, האבן זיי ארויסגעוויזן חיבה ברבים. אין קורצן, די שלום בית אין די ערשטע יארן איז געווען להפליא.
אבער ווי א יאר עס איז אריבער, האט זיך אנגעהויבן אנצוזען אן אנגעצויגנקייט צווישן זיי צוויי, וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. קיין קינדער האט דאס פאר פאלק נישט געהאט, א זאך וואס האט זיכער צוגעגעבן צום שווערן מצב. מען זאגט נאך פונעם רוזשענער אז ער האט געזאגט דריי טעמים פארוואס דאס פאר פאלק קען קיין קינדער נישט האבן, און די ערשטע סיבה איז צוליב דעם וואס ער איז פון בית דוד און זי איז פון בית שאול, אן אנדערן נוסח איז פאראן, אז זי איז די שורש נשמה פון מיכל בת שאול וואס האט נישט געקענט האבן קיין קינדער.
עס איז גאנץ מסתבר אז דאס נישט האבן קיין קינדער האט פיל צוגעגעבן צו זייער שלום בית פראבלעם, אבער דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם צווישן זיי. זי איז געווען א רביצין מיט אן אויער-רינגל, זי איז געווען א פעסטער כאראקטער מיטן גאנצן רבי'שן טראכט, בשעת ר' בערניו איז געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, ער איז געווען מער אן איידעלן רוזשענער נאטור.
וואס א יאר עס איז אריבער, אלס מער אנגעצויגן איז געווארן אין שטוב, ביז עס האט געהאלטן ביי א מצב אז ר' בערניו האט איר פשוט פיינט געהאט, עס איז געווען א שנאה פון אים אויף איר, און נישט אומזינסט, אז מיר וועלן באטראכטן איר אויפפירונג במשך די געשיכטע, וועלן מיר קענען אביסל מער פארשטיין וואס עס האט אים אזוי פארפיינטעט אין איר.
דער צווייטער פאקטאר וואס דער לעווער האט פארמאגט, איז פשוט, אז ער האט פיינט געהאט די רבי'סטעווע. דער לעווער האט געהאלטן אז די גאנצער הויף מיט די רבי'סטעווע איז א פשוט'ער וועג פון מאכן געלט, לעבן אין לוקסוס; מען רעדט איין די חסידים אז דער רבי איז גאט, יעדער באווארפט אים מיט גאלד און מען גלויבט אז ער פליעט אין הימל און פועל'ט ישועות, בשעת דער רבי איז פונקט אזא בשר ודם ווי יעדער אנדערער מענטש. אויף זיין פאטער האט ער קיין קושיות נישט געהאט, וויסנדיג אז ער איז געווען אן איש קדוש מאוד, אבער אויף דער עצם מושג פון רבי'סטעווע מיט רבי'שע הויפן, איז געווען אין זיינע אויגן א פאלשע דרך אין עבודת-השם און ער האט געהאלטן אז דער דרך החסידות באשטייט נישט פון מאכן א רבי'ן פאר א מלאך וואס קיינער באגרייפט אים נישט און ער קען טון וואס ער וויל.
דער לעווער האט קיין רבי נישט געוואלט זיין, ער האט געלאכט פון די גאנצע מעשה און זיך געוואלט ארויסדערזען פון דעם מאדנעם געשעפט פון רבי'סטעווע. צווישן די תורות פונעם לעווער זעט מען נישט איינמאל, ווי אזוי ער מאכט אוועק די רבי'סטעווע (און דאס איז שוין בלויז דער חלק וואס מען האט געדרוקט).
אין אן אנדערן ארט וואלט אזא הנהגה נישט געווען קיין גרויסער פראבלעם. מיר געפינען גענוג קינדער פון צדיקים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן נישט זיין קיין רבי'ס און זיי זענען טאקע געווארן ווי פשוט'ע מענטשן, אוועקגעפארן פונעם טאטע'נס הויף, געלעבט ווי אנדערע מענטשן וזהו. אבער נישט אין רוזשין... חסידים האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דעם רוזשענער'ס א קינד איז א פשוט'ער מענטש. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דעם חסידות, זענען אים די חסידים נאכגעלאפן, דער מלכות איז געווען אויפן העכסטן גראד און דער הויף האט זיך ווייטער געפירט. נישט איינמאל האט דער לעווער געשריגן ברבים אויף די חסידים "לאזט מיר אפ, איך בין א פשוט'ער בשר ודם פונקט ווי אייך, איך האב פונקט אזא יצר הרע, איך בין גארנישט העכער פון אייך", אבער די אלע ווערטער האבן גארנישט פועל געווען, עס איז בלויז אפגעטייטש געווארן אלס רבי'שע עניוות און בלויז פארשטערקערט זיין צדקות און קדושה אין די אויגן פון די חסידים.
בעצם, פארוואס האט דער לעווער נישט געקענט אויפגעבן די רבי'סטעווע, פארקלאפן די טירן, מער נישט אויפנעמען דעם ציבור און מער נישט פירן קיין טיש? פארוואס האט ער פשוט נישט געקענט פארמאכן דאס געשעפט און אנטלויפן? - דער ענטפער איז, אז ער האט פשוט נישט געקענט. אט דא קומט אריין די רביצין אין בילד, אבער מיר מוזן קודם מיחד זיין עטליכע ווערטער אויף די מהות פון ר' בערניו זעלבסט.
ר' בערניו איז געווען זייער א קלוגער און געלונגענער מענטש, אבער פארט א שוואכער כאראקטער. ער איז געווען געבויט פון אן איידעלן נאטור און ער האט זיך נישט געקענט קעגן שטעלן זיינע ארומיגע, בעסער געזאגט - ער האט פשוט מורא געהאט פון זיינע ארומיגע. די רביצין שיינדל האט גוט געקענט איר מאנ'ס שוואכקייט און זי האט דערויף געריטן מיטן גאנצן כח.
די רביצן שיינדל איז געקומען פון א רבי'שע שטוב, פון דער טשערנאבילער הויף, און האט חתונה געהאט מיט ר' בערניו, וויסנדיג אז ער איז א רוזשענער קינד און ביום מן הימים וועט ער זיין א גרויסער רבי, וואס דאס מיינט אז זי וועט נאטורליך זיין א גרויסע רביצין. זי האט בשום אופן נישט געוואלט דערהערן אזא סארט געדאנק אז איר מאן וועט קיין רבי נישט זיין. זי האט דעריבער געריטן אויף זיינע געהירן, אים געצווינגען צו פירן רבי'סטעווע מיט גוטן און מיט בייזן. לויט ווי דער לעווער האט שפעטער דערציילט פאר די משכילים אין טשערנאוויץ, פלעגט זי אים סטראשען אז זי וועט זיך דערווייטערן פון אים און זיך צוריקהאלטן פון געשלעכטליכע באציאונגען מיט אים און זיך נישט צושטעלן מיט וואס א אידישע טאכטער דארף זיך צושטעלן. זי האט נישט נאר געסטראשעט נאר זי האט טאקע געהאלטן ווארט... יעדע מאל ער האט געלאזט הערן עפעס א ווארט אז ער וויל קיין רבי נישט זיין, האט זי מקיים פסק געווען און זיך צוריקגעהאלטן פון אים, און אזוי אויך יעדע מאל ער האט זיך אויפגעפירט נישט ווי עס פאסט פאר א רבי, האט זי דאס נישט פארשוויגן.
באופן מסוימת האט זי דערמיט געהאט די שטיצע פון זיינע ברידער, די אנדערע רוזשענע קינדער, וועלכע האבן פארשטאנען אז א רוזשענער קינד איז העכער פון סתם מענטשן, און פארמאגט א העכערע כח. דער אויפפירונג פון זייער ברודער האט באיזה אופן עטוואס פארשעמט די רוזשענער דינאסטיע, זייענדיג אנדערש פון אלע אנדערע ברידער און ווייזנדיג אז א קינד פונעם רוזשענער קען זיין א פשוט'ער מענטש. עס איז דעריבער געווען נארמאל אז זי פלעגט פאר'מסר'ן איר מאן פאר זיינע ברידער, וועלכע פלעגן פראבירן משפיע זיין אויף אים און אים זאגן אז ער איז בעצם א העכערע נשמה און דעם טאטע'נס א קינד. זי פלעגט אויך כסדר שיקן בריוו צו איר ברידער קיין טאלנע, צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל, וועלכער פלעגט אויך פראבירן צו משפיע זיין אויף אים.
קיין גט איז נישט געקומען אין באטראכט, וויבאלד די ברידער און זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגערעדט דערפון, צוליב כבוד בית רוזשין אדער אנדערע חשבונות, זיי האבן געהאלטן אז עס איז בעסער ווילאנג ער איז מיט איר, אזוי האלט זי אים אין די ראמען, און זייענדיג א שוואכער כאראקטער, און נישט זיך קענענדיג שלאגן מיט זיינע ארומיגע, האט ער אויך געגלויבט אז עס איז בעסער אזוי, און אזוי האט ער נעבעך געלעבט זיין ביטערע לעבן, זיך מוטשענעדיג מיט זיך, און זיך געפינענדיג אין א גאלדענע תפיסה.
די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געווארן וואס אמאל ערגער און ערגער, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז כסדר געווען אונטער איר אבוואזיציע, זי האט אים נאכגעקוקט אויף יעדע ריר, און אויב איז איר עפעס נישט געפאלן האט זי דאס תיכף באריכטעט צו איר ברידער קיין טאלנע און צו זיינע ברידער. אין טשערנאביץ האט ער אויך געזאגט פאר די משכילים "אלע יסורים פון טויט און חיבוט הקבר זענען פון איר געקומען, זי פלעגט זיצן ווי א רויב-פויגל אין מיין צימער, נאכקוקנדיג יעדן טריט און אויב האט זי געזען עפעס וואס איז איר נישט געפאלן, האט זי דאס דערציילט פאר איר ברודער לבן הארמי (הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער) און פאר מיין ברודער אברהם יעקב (פון סאדיגורא), און זיי האבן צוזאמען פלאנירט וואס צו טון ווייטער מיט מיר."
דערווייל האט ר' בערניו פראבירט צו טון וואס ער קען זיך ארויסצודערזען פון דעם פלאנטער, אבער ווי עס שיינט האט ער קיין ערפאלג נישט געהאט. ממש לעצטנס האט מען געפינען א בריוו וואס ר' בערניו האט געשריבן בסוד סודות צו די ראשי-הקהילה אין יאס, וואו ער שרייבט אז ער וויל קומען וואוינען קיין יאס און ער וויל ווערן ווי א פשוט'ער חבר אין די קהילה, ער בעט דעריבער די ראשי-הקהילה זאלן אים אנערקענען ווי א פשוט'ער חבר הקהילה, א מיטגלידער ווי אלע. עס איז נישט באקאנט וואס די ראשי-הקהילה האבן אים געענטפערט, און צי זיי האבן אים בכלל געענטפערט אויף דעם בריוו.
וואלט ר' בערניו געהאט א געזונטע שלום-בית, וואלט אים זיין ווייב פארשטאנען און זיי וואלטן געלעבט א שיינעם לעבן, ווייט פון די חסידים, און אלעס וואלט געפארן בשלום ובשלוה. וואלט ר' בערניו נישט געבוירן אין רוזשין, נאר אין אן אנדערן רבי'שער הויף, וואלטן אים זיינע ברידער פארשטאנען, און אפילו אויב זיין רביצין וואלט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די רבי'סטעווע, וואלטן אים די ברידער געהאלפן, צי דורך ערקלערן די רביצין און אין שארפן פאל וואלט זיך עס געענדיגט מיט א גט. האט אבער די מזל פון ר' בערניו געשפילט אז ער איז געבוירן אין רוזשין און אריינגעפאלן מיט א שווערן שלום-בית, בשעת זי האט געטאן אלעס אין איר מעגליכקייט פאר די רבי'סטעווע, און די מזל האט נאך צוגעשפילט אז קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט, אזוי אז ר' בערניו האט זיך געפינען אין א שווערן קלעם, א קלעם וואס איז נאר געווארן ערגער און ערגער און עווענטואל געברענגט צו א מיסע שרעקליכע פרשה וואס האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן חסידי'שער וועלט, און ביז היינט ליידן מיר נאך פון די דאזיגע קאנסעקווענצן.
ווי אזוי זאגן אונז חז"ל: חכמת נשים בנתה ביתה וכו'...
ווי אזוי האט זיך ר' בערניו ארויסדערזען פון דעם פלאנטער? - וואס האט ער געטאן? - אין קומענדיגן פרק וועלן מיר זען ווי אזוי די געשעענישן האבן זיך ווייטער אנטוויקלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
חקרן אום מיטוואך אפריל 22, 2015 2:30 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.