ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'טראכט טאקע אריין, אפילו מ'וועט נישט גיין אזוי ווייט ווי ר' בערל, און מ'וועט אנקוקען די עשירות בבית ריזין אלס א לשם שמים זאך, קען נאך זיין נישט עפעס העכער'ס. איך בין נישט דארט געווען, אבער ס'קען זיין אז אויף צו דערהויבען דער מוט פון א דערדרוקטע פאלק, האט ער איינגעפיהרט א פרינצליכע אויפפיהרונג אז מ'זאל דינען דער באשעפער מתוך גדלות והרחבת הדעת. איך בלייב ע מתנגד, דער תורה דארף נישט קיין צוהעלפער'ס, אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה. אבער עכ''פ ביי חסידים האט מען נישט אזוי גערעדט, און ס'איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פונ'ם ריזשינער.
פעמים שהיא נכללת ועולה בבחינת ומדרגת הקדושה... כגון דרך משל האוכל בשרא שמינא דתורא ושותה יין מבושם להרחיב דעתו לה' ולתורתו, כ(יומא עו ב): "דאמר רבא: חמרא וריחא כו'", ... אזי נתברר חיות הבשר והיין שהיה נשפע מקליפת נוגה ועולה לה' כעולה וכקרבן. וכן, האומר מילתא דבדיחותא לפקח דעתו ולשמח לבו לה' ולתורתו ועבודתו שצריכים להיות בשמחה, וכמו שעשה רבא לתלמידיו, שאמר לפניהם מילתא דבדיחותא תחלה ובדחי רבנן.
רבא מבבל
תניא פרק ז'
וואס ווייסט אינזער ליטוואק וואס רבא האט נישט געוויסט?