ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל דא מגיב זיין אויף דיין מאמר פון נעכטן (מאנטאג) איבער וויאזוי ראכמיסטרטיווקא פארט היינט. ראשית כל וויל איך נישט פארקריכן פון די נושא וואס דער פותח האשכול האט אנגעהויבן. נאר דאך. א קליינע באמערקונג איבער דעם ענין פון די ראחמיסטריווקא חסידות. בכלליות ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף דעם היינטיגן מצב און דעם עתיד פון ראכמיסטריווקא חסידות. איך וואונדער מיך וויאזוי דו אלס ליטוואק האסט עס אזוי גוט און ריכטיג אפגעשאצט. ווייל הגם דער רבי שליט"א איז גאר אן איידעלער איד. פארגעס פון ארויסנעמען די גארבידזש. דאס איז נישט מער ווי ליצנות. איך פלעג מיט עטליכע יארן צוריק, זייענדיג א שכן מיט די ראחמיסטריווקא רבי אמאל אריינפאלן פרייטיג צו נאכטס צו זיין טיש. און איך האב באמערקט דאס געוואלדיגע עניוות און איידלקייט מיט וועלכן ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. ממש אזוי ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...אבער זיינע בנים זענען שוין גאנץ אן אנדערע פרשה. זיי טוען שוין אפ כל מיני רשעות. סיי אין די תלמוד תורה. און סיי אין אנדערע פלעצער. זיי זענען גארנישט הינטערשטעליג פון זיייערע סקווערער קאזינס...!
The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind. מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל. ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
כנראה ס'פעלט דא עיקרי הדת. דער סמכות פון רבא איז נישט ווייל ער איז געווען א צדיק און וואס ער זאגט איז גערעכענט אין הימל. אלס וואס שטייט אין גמרא איז גערעכענט פאר הלכה למשה מסיני. הייסט'ס אז יעדער סברא הלכה אדער חידוש מוז זיין פון א גמרא. דאס איז אדער ווי מאנכע זאגען אז אלע מסקנות פון ש"ס איז הלכה למשה מסיני און ס'איז נאר געשריבען דרך פלפול אויף צו קענען ריכטיג ארויסברענגען די זאך. אדער ווייל די חותמי התלמוד האבען צוזאמענגעברענגט אלע ריכטיגע סברות און יסודות און געקליבען אין איין פלאץ, ווייל אזוי האבען די שפעטערדיגע גערעכנט מיט דעם, און ממילא איז יעדער סברא וואס האט נישט קיין יסוד אין גמרא חשוד אלס נישט ריכטיג. יעצט איינער וואס האט אויך א ססברא וויאזוי זיך צו פיהרען, אפילו אויב ער איז א גרויסע צדיק, איז אויך משועבד צו א גמרא. ווען רעק"א זאגט א חידוש פרעגט מען גלייך "וואס איז זיין ראיה?" ווייל ס'איז נישט יתכן אז א סברא זאל זיין ריכטיג אן א יסוד אין ש"ס. לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוךאון מסורה געשטימט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
הוא אשר דיברתי: אז איך זעה דעם רבי'ן עסן א סטעיק און פארטרונקען מיט א קאלט גלעזל ביר, דארף איך נישט אריינטייטשן קיין העכערע זאכן. נאר פשוט די רבי האט הנאה פון די וועלט. ער מעג אויך...!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind. מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל. ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט. למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind. מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל. ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך