הק זעמל האט געשריבן:ווער סהאט מער אינפא ביטע מיטטיילען
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פון ר' שמואל שלמה טעלער - (ברעכן'ס) ארטיקלען קען מען מיינען אז רב שטיינמאן שליט"א מיט דער בעלזער מנהיג זענען 2 טוילעט פלאנדזשערס וואס פרובירן אראפ צו פלאשן דעם גאנצן אידישן פאלק די שלש מאות אשר לא קרעו ...
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס האט ער דען נישט קיין רעכט צו זאגן און האלטן ווי זיין רבי פון וועם ער האט גענומען די אלע מימרות וואס ער זאגט
מען מיז זיין ממש א רשע נאכצוזאגן די דעה פון זיין רבי??
איך אויך האט געשריבן:ר' שש טייערע האסט באמת א ספק דערינען? ער-ווי אלע סאטמארע השקפה/היסטאריע זייפנים- ווייסן זייער גוט דער אמת נאר געוויסע פון זיי טראגן אויף די נעזער אזוינע ספעציעלע גרויסע נאז פלאגס וואס לאזט זיי זיי נישט אויפוועקן און שמעקן די קאפי. זיי לעבען נאך אונטער די אילוזיע אז מיט אפאר נארישע דעמאגאגישע שקרים אין די וועכנטליכע פארטייאישע 'אלטוועלטליכע אפהענגיגע' צייטונג וועט מען קארמען די יוגנט און זיי וועלן ווייטער גלייבן די בעלאניס עד זקנה ושיבה אזוי ווי דער טרופ עוועניו דור.
איש את רעהו האט געשריבן:@שש
זיין רבי האט דאך אויך געוויסט די דעה וואס אנדערע האלטן
די פריערדיגע בעלזע רב האט דאך אויך געוויסט די מיינונג וואס אנדערע האלטען
מונקאטשע רב
די רבי רש'ב פון ליבאוויטש
ועוד ועוד מגדולי קמאי וואס האבן געוויסט די מיינונג פון די מסרחיסטישע שיטה און די אגודאים עכ''ז האבן זיי געפילט פאר א נחיצות צו רעדן קעגן דעם
נו מיט וואס איז רש''ש מחוייב מער ווי זיי זיך אפצוהאלטן פון רעדן
איך אויך האט געשריבן:איך קען נאר רעדן פאר מיר אליינס און איך האב זייער ליב אוטענטישע היסטאריע.
---------------
אינטרעסאנט ווי פון 'שמואל שלמה טעלער' איז צוגעקומען א הרב מיט שליט''א.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט